די רעפערענדום וואס די קורדן האבן געהאפט זאל זיין א טריט אין די ריכטונג פון זעלבסשטענדיגקייט האט ווי עס שטעלט זיך ארויס געהאט א פארקערטער עפעקט, אנשטאט דעם וואס עס פירן צו א דיאלאג צווישן די קורדן און די צענטראלע רעגירונג אין באגדאד האט עס געפירט דערצו אז די איראקער מיליטער האט איבערגענומען מיט מאכט פילע קורדישע שטעט, און עס האט אויך אפגעשוואכט די אליאנץ וואס די קורדן האבן געהאט מיט אמעריקע און מיט טערקיי. דאס האט געברענגט דערצו אז די קורדישע רעגירונג האט אפיציעל געמאלדן אז זיי שטעלן אפ די פראצעדור פון זעלבסשטענדיגקייט וויבאלד זיי זוכן נישט קיין בלוט פארגיסונג, און געזאגט אז זיי וועלן אפשטעלן אלע זייערע מיליטערישע אקטיוויטעטן און פארלאנגען פון די איראקער מיליטער צו טון דאס זעלביגע.

בילד: קורדיסטאן נעמט א טריט אויף צוריק

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל