מיטגלידער אין די אידישע קהלה אין די שטאט וויניצע אין אוקראינע זענען געווארן אויפגעשוידערט און פארווייטאגט ווען די ארטיגע שטאט-ראט האט אוועקגעשטעלט א מאנומענט וועלכע טוט באעהרן דעם גרויזאמער אנטי-סעמיט סימאן פעטליארע (Symon Petliura), א אוקראינער כוליגאן וועלכער איז פאראנטווארטליך פאר די טויטליכע פאגראמען און רציחות וועלכע האבן אומגעברענגט צענדליגע טויזנטער אידן ביי די פלייץ פון פאגראמען וועלכע זענען פארגעקומען אין פילע אוקראינער שטעט.

פאטליארע איז געווען דער לעצטער פירער פון א אוקראינער רעפובליק וועלכע האט אנגעהאלטן פאר א קורצע צייט נאכ׳ן ערשטן וועלט קריג, און האט געגעבן א פרייע האנט פאר זיינע זעלנער צו אויסמערדערן אידן און זיי אפילו געמוטיגט דערצו. פאטליארע איז אלס נקמה אומגעברענגט געווארן אין פאריז דורך א אידישער זייגערמאכער שלום שווארצבארד. א זאך וואס האט געברענגט נאך א פלייץ פון רציחות אלס נקמה אויף זיין טויט.

פאטליארע איז ליידער נאך ביז היינט פארריכנט אין אוקראינע אלס א נאציאנאלער העלד, און ער ווערט פאררעכנט אלס סימבאל פאר אוקראינער נאציאנאליזם, און יעצט איז א מאנומענט פון אים געשטעלט געווארן נעבן דעם בית המדרש און אידישע צענטער פון וויניצע. די ארטיגע ראשי קהלה האבן שטארק פראטעסטירט דעם שריט, און האבן גערופן צום אוקראינער פרעמיער מיניסטער, וועלכער איז אליין א איד פון וויניצע, אז ער זאל זיך אריינמישן און אראפנידערן דעם סטאטוע.

בילד: שוידער אין אוקראינע: מאנומענט פאר אנטי-סעמיטישער מאסן מערדער געשטעלט פארנט פון בית המדרש

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל