היסטאריקער האבן אויפגענומען מיט פרייד די נייעס אז א גיגאנטישע זאמלונג פון היסטארישע דאקומענטן און ספרים זענען אפגעפונען געווארן אין ווילנא נאכדעם וואס מען האט געמיינט אז זיי זענען פארניכטעט. די געשיכטע פון די דאקומענטן גייט צוריק מיט איבער 70 יאר צוריק ווען די נאציס ימ״ש וואס האבן איינגענומען ליטא און האבן זיך געגרייט צו די פארניכטונג פון יהדות ליטא, אבער האבן פארט געוואלט איבערלאזן טיילווייזע איבערבלייבענישן פון די פאלק וואס האט אמאל עקזעסטירט און האבן געזוכט צו פרעזערווירן א געקליבענע צאל פון ספרים און דאקומענטן פאר א פארבלייבעניש פון די פאלק וואס זיי האבן באוויזן צו עלימינירן היל״ת.

פאר דעם צוועק האבן זיי אויסגעוועלט א שטאב פון 40 אידישע וויסנשאפטלער און שרייבער אינעם ווילנער געטא און זיי בעאויפטראגט צו צוזאמעננעמען א געקליבענע צאל ספרים פון די גיגאנטישע אידישער ביביליאטעק אין ווילנע, אבער די אידן האבן אנשטאט דעם זיך אפגעגעבן מיט באהאלטן הויפענעס פון וויכטיגע ספרים און כתבי יד וועלכע זיי האבן אריינגעגעלייגט אין א קעלער פון א קירכע מיט די האפענונג אז זיי וועלן דארט ליגן באהאלטן עד יעבור זעם. די באהעלטעניש האט אריינגעגענומען צענדליגע טויזנטער העפטן און ספרים.

ליידער זענען די 40 אידן אומגעקומען אינאיינעם מיט 90 פראצענט פון יהדות ליטא, אבער מיט ארום 27 יאר צוריק האט מען אפגעפונען דעם אוצר אין די קעלער און עס איז אריבער צום ביבליאטעק פון די ייווא אינסטיטוציע אין ניו יארק, מען האט געמיינט אז דערמיט האט מען געטראפן די גאנצע זאמלונג, אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס האט מען לעצטנס געטראפן נאך ארום 170,000 דאקומענטן וועלכע מען האט נישט געוויסט איבער זייער עקזיסטענץ ביז יעצט. די דאקומענטן, וועלכע נעמען אריין פנקסי קהלות, מעמוארן, ספרים און כתבי יד, זענען אין די לעצטע מאנאטן אריבערגעברענגט געווארן צום ייווא אינסטיטוציע ווי זיי וועלן געשטעלט ווערן אויף אויסשטעל פאר׳ן ברייטן ציבור.

בילד: אוצר פון אידישע היסטאריע אפגעפונען אין א קעלער אין ווילנע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל