דער אמעריקאנער סעקערטערי אף סטעיט רעקס טילערסאן האט היינט אפגעשטאט א באזוך אין אן אמעריקאנער באזע אין אפגאניסטאן, די באזוך איז געהאלטן געווארן אין געהיימניס ביז די לעצטע מינוט און איז נישט געווען אריינגערעכנט אין די אפיציעלע קאמיניקאט אין וועלכע די סטעיט דעפארטעמנט האט מיטגעטיילט מיט די פרעסע די דעטאלן איבער די מיסיע פונעם סעקערטערי אינעם מיטל מזרח.

אין די לופט באזע ווי ער האט באזוכט האלטן זיך אויף ארום 20,000 אמעריקאנער מיליטערישע שטאב מיטגלידער, די פאקט אז דער העכסטער אמעריקאנער דיפלאמאט דארף זיך ״אריינכאפן״ אין דאס לאנד צוליב זארג פאר אן אטאקע צייגט אויף די דורכפאל פון די 14 יעריגע קריג וואס אמעריקע פירט דארט, און נאכדעם וואס טויזנטער אמעריקאנער זענען אומגעקומען דארטן האבן נאך אלס די טאליבאנער א שטארקע אנוועזנהייט און זייען אן שרעק און טעראר. דער סעקערטאר איז אפילו נישט ארויס פון די באזע פאר א באזוך אין קאבול צוליב די זיכערהייטס געפארן.

די באזוך קומט נאכדעם וואס ער האט אפגעשטאט באזוכן אין קאטאר און אין סאודי אראביע ווי ער האט גערופן פאר נענטערע קאאפעראציע צווישן אמעריקע און די אראבישע לענדער צו באקעמפן טעראר און ספעציעל צו שטעלן א פאראייניגטע פראנט קעגן איראן, ער האט עפנטליך גערופן פאר די איראנער מיליציעס צו פארלאזן איראק און זיי באשולדיגט און דע-סטאביליזירן דעם ראיאן.

בילד: רעקס טילערסאן שטאט אפ אומבאריכטעטע באזוך אין אפגאניסטאן
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל