אין די לעצטע יאר טוען לענדער און ארגאניזאציע פארלירן זייער דאמינאנץ אויפ׳ן חשבון פון נאציאנאליזם און נאטיוויזם. אנגעהויבן מיט ברעקזיט ווען ענגלאנד האט פארלאזט דעם אייראפעישן פאראיין און דאן מיט די רוף פאר זעלבסשטענדיגקייט אין די קאטאלאניע ראיאן פון שפאניע אין וועלכע די לאקאלע רעגירונג זוכט זיך צו אפרייסן פון די פעדעראלע רעגירונג, און האבן דורכגעפירט א רעפערענדום וועלכע האט געשאפט שטארקע אומרוען און אומזיכערקייט אין שפאניע.

די סעריע פון געשעענישן האבן ווי עס שיינט געטריבן צוויי ראיאנען אין איטאליע צו גיין אין די פוסטריט פון קאטאלאניע און פארלאנגען זעלבסשטענדיגקייט, די רעדע איז פון לומבארדיא און נאטא. צוויי רייכע ראיאנען אין צפון איטאליע וואס געניסן פון נאטורליכע רייכטהום און זיי האלטן היינט אפ א רעפערענדום איבער אפטיילן די מער רייכע צפון איטאליע פון די איבריגע חלקים פון איטאליע אלס א באזונדערע לאנד. זיי האלטן אז זיי צאלן מער שטייערן און טוען ביישטייערן אומפראפארציאנעל פאר די צענטראל רעגירונג אין רוים און זוכן צו פארהאנדלן צו באקומען אמווייניגסטנס טיילווייזע אויטאנאמיע, הויפטזעכליך אויף עקאנאמישע אנלעגנהייטן.

בילד: אין ליכט פון קאטאלאניער רעפערענדום: ראיאנען אין איטאליע זוכן זעלבסשטענדיגקייט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל