סאודי אראביע – די טראמפ אדמיניסטראציע האט אונטערגענומען א נייעם קאמף קעגן איראן, וועלנדיג קריגן שטיצע פון די מאכטפולסטע אראבישע לענדער אינעם מיטל מזרח, אפצושוואכן איראן'ס איינפלוס אינעם ראיאן און פארזיכערן אז איראן שפרייט נישט אויס ווייטער אירע פליגלען.

די ערשטע שריט אינעם נייעם קאמף, איז געווען דאס וואס סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט נעכטן באזוכט אין סאודי אראביע און דערנאך אין קאטאר, און ביי ביידע באזוכן, האט טילערסאן קלארגעשטעלט אז איראן איז א דארן אין אויג פאר אלע לענדער וואס זוכן פרידן און רואיגקייט.

טילערסאן האט ספעציפיש אדרעסירט דאס וואס איראן פארמאגט א שטארקע אנוועזנהייט אין איראק, וואס עס איז באקאנט אז איראן'ס איינפלוס אין איראק איז געווארן גאר שטארק אין די לעצטע פאר יאר. טילערסאן האט קאטעגאריש געזאגט אז די איראנער קעמפער אין איראק, "זאלן זיך גיין אהיים".

בילד: אמעריקע וויל אראבישע וועלט'ס הילף אין קאמף קעגן איראן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל