מילאן – די ווינטן פון זעלבסטשטענדיגקייט בלאזן גאר שטארק איבער דער וועלט, און נעכטן האבן זיך אנגעהויבן די וואל פראצעדורן אין צוויי באזונדערע רייכע ראיאנען אין איטאליע, וועלכע ווילן זיך אפרייסן פון איטאליע און ווערן אייגענע נייע לענדער. די צוויי ראיאנען זענען לאמבארדי (Lombardy) און ווענעטא (Veneto), וואס ביידע טענה'ן אז זיי זענען זייער רייך און שטעלן גאר א סאך צו פאר דער איטאליענער עקאנאמיע, און דעריבער ווילן זיי האבן בעסערע טערמינען פאר זייער לאקאלע רעגירונג.

די רעפערענדומס אין די צוויי ראיאנען זענען אויסגעהאלטן לויט'ן געזעץ, און די צענטראלע איטאליענער רעגירונג האט עס פולקאם באשטעטיגט און אויטאריזירט – וואס דערמיט איז עס אנדערש ווי דער קאטאלאניע ראיאן אין שפאניע וועלכע האט אפגעהאלטן אן אומלעגאלן רעפערענדום – אבער די רעזולטאטן וועלן זיין נישט-בינדענד, דאס הייסט אז אויב א מערהייט בירגער שטימען צו ווערן זעלבסטשטענדיג, וועט דאס נישט מיינען אז מ'מוז דאס טאקע דורכפירן, נאר ס'איז פשוט אז די רעגירונגען אין די ראיאנען וועלן האבן א שטערקערן מאנדאט צו פארלאנגען פארשידענע זאכן פון דער צענטראלער איטאליענער רעגירונג.

בילד: איטאליענער ראיאנען ווילן זעלבסטשטענדיגקייט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל