פלארידע – א פארשוין האט אריינשפאצירט אין א רעסטוראנט אין לארגא, פלארידע, מיט א שווארצן זאק, זאגנדיג אז עס ליגט א באמבע דערין. דער פארשוין האט געזאגט אז ער ארבעט פאר די טאליבאן און די באמבע גייט אויפרייסן ביז אפאר מינוט, וואס האט געברענגט אן ערנסטע שרעק און די פאליציי איז אלארמירט געווארן. אלע מענטשן זענען עוואקואירט געווארן פונעם רעסטוראנט און די פאליציי האט באוויזן צו ארעסטירן דעם פארשוין, אבער ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז גארנישט שעדליך געליגן אין זאק, נאר א הויפן דראגס, און דער פארשוין, אידענטיפיצירט אלס פרעדי קלאודריק ברייענט, איז אנגעקלאגט געווארן מיט דראג קלאגעס.

בילד: טאליבאנער ארעסטירט צוליב דראגס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל