וואשינגטאן – אין די יעצטיגע טעג האט מען געהערט פרישע אויפמערקזאמקייט פאר די גאר פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, וואס די אמעריקאנער רעגירונג נוצט צו אידענטיפיצירן ספעציפישע קולות אין אודיא רעקארדירונגען. דאס קומט נאכדעם וואס די אייסיס טעראר גרופע האט פארעפנטליכט א פרישע רעקארדינג פונעם פירער אבו באקאר על באגדאדי, און אמעריקאנער שפיאנאזש קוועלער האבן געזאגט מיט כמעט 100 פראצענטיגע קאנפידענץ אז דאס איז טאקע על באגדאדי. עס איז נישט קלאר ווען די רעקארדינג איז געכאפט געווארן, אבער אין דער רעדע באהאנדלט שוין על באגדאדי די לעצטערע אנגעצויגנקייטן צווישן אמעריקע און צפון קארעא. על באגדאדי זאגט אז אמעריקע איז א חרוב לאנד וועלכע פלאגט זיך אין גרויסע חובות און מיט א דורכגעפאלענע פאליסי איבער דעם מיטל מזרח ראיאן. עקספערטן זאגן אז די ריקארדינג איז קלאר על באגדאדי אליינס, וואס דאס ווארפט אפ אלע באריכטן וואס מען האט געהערט אין לויף פון זומער אז ער איז אומגעברענגט געווארן אין א רוסישער לופט אטאקע.

בילד: אינטערעסע איבער אודיא-קולות אידענטיפיקאציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל