קאליפארניע – א פירמע וועלכע פובליצירט לערן-ביכער פאר פארשידענע דזשאבס, איז ארויסגעקומען מיט אן אנטשולדיגונג, נאכדעם וואס ס'איז אויפגעכאפט געווארן אז זיי האבן פובליצירט געוויסע פאראגראפן וועלכע זענען פארטייטשט געווארן אלס באליידיגנדיג צו אידן און אנדערע מינאריטעטן. די "פיערסאן עדזשוקעישאן" פובלישינג פירמע איז פארדאמט געווארן, ווען עמיצער האט באמערקט ביים דורכלייענען די בוך וואס לערנט אויס פארשידענע זאכן וואס מ'דארף וויסן צו קענען דינען אלס נוירס, אז ס'פארמאגט אן אפטיילונג וויאזוי צו האנדלען מיט ספעציפישע רעליגיעזע און מינאריטעטן, אריינגערעכנט וואס ס'שטייט אז "אידן קענען שרייען און פארלאנגען הילף" און אז "אידן האלטן אז יסורים מוז ווערן מיטגעטיילט און מיטגעשפירט דורך אנדערע" – וואס די אויסדרוקן זענען אויסגעטייטשט געווארן אלס עטוואס-פיינטליך כלפי אידן. די פובלישינג פירמע האט אין א סטעיטמענט זיך טיף אנטשולדיגט, שרייבנדיג אז זיי האבן נישט געמיינט קיינעם צו באליידיגן, און זיי וועלן עס פארמעקן פון די קומענדיגע געדרוקטע ווערסיעס.

בילד: אומסענסיטיוויטעט כלפי אידן אין נוירסעס בוך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל