וואשינגטאן – אין אן אינטערעסאנטער אנטוויקלונג, האט מען געהערט אז די אויספארשונג וואס דער ספעציעלער פראקוראר ראבערט מוללער פירט איבער מעגליכע קאאפעראציע צווישן דעם טראמפ קאמפיין און רוסלאנד'ס פראפעגאנדע שטיק ביים וואל סעזאן, איז אויסגעברייטערט געווארן, און יעצט ווערט אויך אויסגעפארשט א ברודער פון דזשאן פאדעסטא, דער געוועזענער קאמפיין מענעדזשער פון פרוי קלינטאן. טאוני פאדעסטא און די "פאדעסטא גרופע" (א לאביאירונג און ראטגעבער גרופע וועלכע דזשאן פאדעסטא האט געגרינדעט) האבן אנגעהויבן ווערן אויסגעפארשט דורך מוללער און זיינע געהילפן, נאכדעם וואס מ'האט געפונען אז זיי זענען מעגליך געווען פארבינדן מיט ארבעט וואס פאול מענעפארט, געוועזענער קאמפיין טשעירמאן פון דאנעלד טראמפ, האט געטאן פאר געוויסע רעגירונג גרופעס אין אוקראינע. מענעפארט ווערט באשולדיגט אז ער האט זיך נישט געהעריג רעגיסטרירט אלס אן אויסלענדישער אגענט פאר זיין ארבעט אין אוקראינע, און יעצט ווערט פאדעסטא אויך אויסגעפארשט אויף דער זעלבער זאך.

בילד: פאדעסטא ווערט געפארשט דורך מוללער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל