אפלערנען די קליינע ווערטער און פארמיידן גרויסע טעותים

די ערשטע זאך וואס מען דארף נעמען אין חשבון ביים קויפן א לייף-אינשורענס-פאליסי איז – וואס איז דיין ציל? וועלכע געברויך ווילסטו דעקן דערמיט? איז עס ווייל דו ווילסט זיין געדעקט על כל צרה שלא תבוא? איז עס ווייל דו ווילסט אפשפארן געלט? איז עס פאר אינוועסמענט? פאר ביידע? נאכדעם וואס די אלע פראגעס זענען אויסגעקלארט, קענט איר צוגיין און זוכן דעם ספעציפישן פאליסי וואס וועט סערווירן אייער געברויך.

ווען א מענטש גיין קויפן א קאר ווייסט ער אויף וואס צו קוקן. ער נעמט אין חשבון וויפיל מייל ער פארט א יאר, וואס וועט זיין אויב איך וויל אויפגעבן דעם קאר אינמיטן? וויפיל וועט מיר קאסטן צו אפגרעידן? און אזוי ווייטער די אלע פרטים. די זעלבע איז א לייף-אינשורענס. א פאליסי קען זיין אויסגעשטעלט אויף אן א שיעור וועגן, און אויב גייט מען נישט דורך יעדן פרט ופרט, קען אמאל זיין אז די פאליסי זאל בכלל נישט סערווירן אייער געברויך.

ווען איר גייט אריינלייגן אייער אפגעשפארטע געלט אין א פאליסי דארפט איר אויסקלארן גאר אסאך קליינע דעטאלן, וואס יעדע פון זיי קען זיין קריטיש. עטליכע דגמאות: וויפיל יאר ארום ווילט איר קענען צוריקזעהן די געלט? וואס וועט פאסירן אויב דו קענסט נישט מאכן די פעימענט א יאר? וועט די גאנצע פאליסי קראכן? וועט עס קאסטן געלט? די געלטער זענען גאראנטירט? וואס זענען די ריסקס? וואס נאך שטייט אין די 'קליינע ווערטער'? וויפיל יאר דארף מען באמת צאלן? זענען דא לעכער וואס איר ווייסט נישט? וואס איז די IRR ריפארט פונעם פלאן? איז עס טאקע די שטערקסטע וואס איך קען האבן?

דער סך הכל איז אז די פאליסי דארף דינען "אייערע אינטערעסן" און נישט די אינטערעסן פון די פירמע אדער אגענט. נישט אלעמאל זענען דיינע אינטערעסן אייניג מיט די אינטערעסן פונעם אגענט, און נישט אייביג וועט ער זוכן צו שטיפן פונקט די פאליסי אין וואס איר נויטיגט זיך די מערסטע, און אן דעם וואס איר זאלט זיך אריינלייגן דערין אינגאנצן און פארלאנגען אלע עוועילעבל אינפארמאציע, וועט איר נישט וויסן אז עס עקזיסטירן בכלל די אנדערע אפציעס, אדער וועט איר עס געוואויר ווערן לאחר המעשה.

אין די קומענדיגע וואכן וועלן מיר מיטטיילן מיט די חשוב'ע לערנען העכסט-ווערדפולע טיפס, וואס וועט אייך באלייכטן די אויגן אויף וואס צו קוקן, וואס צו פרעגן, און אייך מגלה זיין סודות וואס וועט אייך זיין גאר נוצבאר און ווערדפול בעז"ה.

בילד: פארוואס קויפט איר א לייף-אינשורענס?!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל