געוויסע קארס האבן די "איגנישאן" שליסל/קנעפל אויף די לינקע זייט, ווייל די קאמפאניס האבן געוואלט איינשפארן א פערטל סעקונדע פאר'ן דרייווער דורך אנצינדן די קאר מיט די לינקע האנט און גיין אין "דרייוו" מיט די רעכטע האנט.

אין רוסלאנד קען מען באקומען א טיקעט פאר נישט אפוואשן די קאר פון אנגעלייגטע שטויב און שמוץ.

בלויז פינעף פראצענט פון א קאר'ס לעבנסשפאן צייט, ווערט גענוצט פארנדיג. די איבעריגע 95 פראצענט פון
די צייט, איז עס געפארקט, ביים מעכאניקער, אדער ביים דילער.

ווייניגער ווי איינער פון פינעף דרייווערס אין די פאראייניגטע שטאטן, קענען פירן א "קלאטש" קאר.

די שטח פון פיר קאר רעדער - וואס בארירט די ערד אויפאמאל - איז בערך די זעלבע ווי די זוילן פון צוויי שוך.

די לעצטע נייע קארס צו האבן א "טעיפ ריקארדער" (זכרונות...), איז געווען די 2011 "פארד קראון וויקטאריע." (אנדערע זאגן דאס אויף די 2010 לעקסעס, אבער דאס איז נישט ריכטיג.)

"ראונד-עבאוטס" (טראפיק "רינגעלעך" אנשטאט "עקיגע קארנערס"), ווי ביי געוויסע פונקטן אין "וואודבערי דזשאנקשען", און נאכ'ן "פאליסעידס", רעדוצירן ערנסטע עקסידענט ריזיקעס מיט 90 פראצענט, און שפארן צייט און געז.

בילד: א ראונדעבאוט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל