ניו דזשערסי - דער ניו דזשערסי אטוירני דזשענעראל, קריסטאפער פארינא, האט נעכטן געמאלדן קלאגעס קעגן דער טאון רעגירונג אין מאווא, ניו דזשערסי, באשולדיגנדיג די טאון באאמטע אין אנפירן א סיסטעמאטישן קאמפיין קעגן אידן, מיט'ן ציל צו פארטרייבן די אידישע איינוואוינער און פארזיכערן אז מער אידישע פאמיליעס ציען זיך נישט אריין קיין מאווא.

דער פאקט אז דער אטוירני דזשענעראל האט ארויסגעשטעלט קלאגעס קעגן די מאווא רעגירונג באאמטע, איז א דראסטישע פאזיטיווע אנטוויקלונג לטובת די אידישע איינוואוינער אינעם טאון, וועלכע ליידן זיך שוין אן פארשידענע רדיפות פון די מאווא באאמטע, אריינגערעכנט דאס וואס די ארטיגע באאמטע האבן פארארדענט אראפצונעמען דעם עירוב, טראץ וואס ס'איז געבויעט הונדערט פראצענט לעגאל.

אטוירני דזשענעראל פארינא האט אריינגעגעבן די 9 קלאגעס קעגן מאווא אין א בערגען קאונטי סופעריאר געריכט, וואו ער האט אין א סטעיטמענט געזאגט, אז די באהאנדלונג פון מאווא כלפי אידן קען בלויז פארגליכן ווערן צו דער ברוטאלער און אוממענטשליכער באהאנדלונג וואס פילע ווייסע שטעט האבן ארויסגעצייגט פאר שווארצע איינוואוינער אין לויף פון די 950'ער יארן.

בילד: ניו דזשערסי פראקורארן קלאגן מאווא איבער דיסקרימינאציע קעגן היימישע אידן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל