דער רעפובליקאנער סענאטאר פון אריזאנע דשעף פלעיק האט היינט געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג אנגעבנדיג אז צוליב די צושטאנד פון די רעפובליקאנער פארטיי און די טראמפ באוועגונג ״צוליב די יעצטיג פאליטישע קלימאט גלייב אייך אז עס איז נישטא היינט קיין פלאץ אין די רעפובליקאנער פארטיי פאר אזא איינער ווי איך״ האט פלעיק געשריבן. פלעיק איז א מעסיגער קאנסערוואטיווער וועלכער האט שוין געהאט עפנטליכע געפעכטן מיט׳ן פרעזידענט. די מעלדונג קומט אינעם זעלבן טאג וואס דער פרעזידענט האט זיך עפנטליך ארומגעריסן מיט סענאטאר באב קארקער פון טענעסי וואס האט אויך געמאלדן אז ער לויפט נישט פאר ווידערערוויילונג.

בילד: רעפובליקאנער סענאטאר דשעף פלעיק רעזיגנירט צוליב טראמפ


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל