א פרישער באריכט צייגט אז כמעט הונדערט בריקן לענגאויס ניו יארק סיטי פארמאגן ערנסטע סטרוקטור פראבלעמען וואס מען דארף וואס שנעלער פאררעכטן. דער באריכט איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאמעס דינאפאלי, וועלכער האט אנאליזירט דעם מצב פון אלע 17,462 בריקן לענגאויס ניו יארק סטעיט, און פון אלע 823 בריקן אין דער סיטי זענען פארהאן 86 וואס זענען גאר שוואך. דינאפאלי'ס באריכט זאגט אז די 86 בריקן זענען נישט אין קיין געפאר פון צוזאמפאלן און מען דארף עס אפשפארן, אבער די אויטאריטעטן דארפן לימיטן די צאל קארס און טראקס, און די וואג, וואס די בריקן קענען פארנעמען.

בילד: הונדערט בריקן לענגאויס ניו יארק סיטי פארמאגן ערנסטע סטרוקטור פראבלעמען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל