דינסטאג חוה"מ איז אפגעהאלטן געווארן די סאמע ערשטע דעבאטע בעפאר'ן אלגעמיינעם מעיאר פארמעסט אין ניו יארק סיטי. ביי דער דעבאטע האבן אנטיילגענומען דער אמטירנדער מעיאר ביל דעבלאזיא, זיין רעפובליקאנער קעגנער ניקאל מאליאטאקיס און דער דריטער קאנדידאט באו דיטעל (Bo Dietl), א געוועזענער ניו יארק סיטי פאליציי דעקטעטיוו. די דעבאטע איז געווען די ערשטע דירעקטע דעבאטע צווישן די דריי קאנדידאטן, און קיין איינער פון די אנדערע קאנדידאטן זענען נישט געלאדנט געווארן, אריינגערעכנט געוועזענער סיטי קאונסילמאן סאל אלבאניס און ביזנעסמאן מייק טאלקין. די דעבאטע איז אריבער זייער אגרעסיוו און ווילד, ווען מאליאטאקיס און דיטעל האבן פאראייניגט אראפגעריסן דעבלאזיא אויף פארשידענע אישוס.

בילד: ערשטע דעבאטע פאר ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל