די סטעיט דעפארטמענט האט געמאלדן אז אמעריקע וועט ענדיגן די מיליטערישע שטיצע פאר מיאנמאר נאכדעם וואס עס האט זיך אנטוויקלט א אינטערנאציאנאלע שטורעם איבער די שוידערליכע הומאניטארער קריזיס אין מיאנמאר-בורמע צוליב די אויסוואנדערונג פון ארום א מיליאן מיטגלידער אין די רוהיניגא שבטים וועלכע זענען מוסלעמענער און ווערן פארפאלגט דורך די רעגירונג טרופן און מיליציעס און אנטלויפן קיין בענגלאדעש.

עס הערשט א נעפל איבער די פונקטליכע סיטואציע פון די רוהינגע מיטגלידער צוליב דעם וואס דושרנאליסטן ווערן נישט צוגעלאזט צו די שלאכט זאנע, אבער די פעלקער פאראיין טוט דאס באצייכענען אלס פעלקער מארד און עטנישע רייניגונג, און די זעלבע צייט וואס די בורמעזער רעגירונג זאגט אז זי טוט בלויז באקעמפן טעראריסטן און צילן נישט קיין ציווילע.

שוין פאריגע וואך האט סעקערטערי אף סטעיט טילערסאן געזאגט אז אמעריקע האלט די רעגירונג אין מיאנמאר פאראנטווארטליך פאר דעם קריזיס, און היינט האט די סטעיט דעפארטמענט געמאלדן אן אפשטעל צו סיי וועלכע פינאנציאלע הילף פאר די ארטיגע מיליטער ביז די קריזיס ווערט נישט געלעזט.

בילד: אמעריקע וועט ענדיגן מיליטערישע הילף פאר מיאנמאר צוליב מענטשן רעכט פארלעצונגען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל