די איראנער פראקוראר האט געמאלדן אז א געריכט אין טעהראן האט ארויפגעלייגט א טויט אורטייל אויף אחמדארזא טאהלאלי (Ahmadreza Djalali), אן איראנער דאקטאר וועלכער האט געוואוינט אין שוועדן, טהאלאלי איז ארעסטירט געווארן מיט 7 חדשים צוריק אין טעהראן און ער איז באשולדיגט געווארן אין איבערגעבן אינפאמאציע פאר די מדינת ישראל מוסד אגענטור איבער די נוקלעארע וויסנשאפטלער, לויט איראן איז די מוסד געשטאנען אונטער די עלימינירונג פון 4 אטאמישע ספעציאליסטן און ער ווערט באשולדיגט אין קאנספירירן מיט מדינת ישראל אויף די מארד. זיין פאמיליע לייקנט גענצליך די באשולדיגונג און פירט אן אינטערנאציאנאלע קאמפיין פאר זיין באפרייאונג, די אמנעסטי אינטערנאציאנאל האט געזאגט אז די אורטייל איז פאלש און אז טהאלאלי איז אומשולדיג און רופט פאר זיין באפרייאונג.

בילד: שוועדישער-איראנער פאראורטיילט צום טויט צוליב שפיאנאזש פאר מדינת ישראל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל