בולגאריע – די בולגארישע רעגירונג האט דורכגעפירט א ניי געזעץ זיך צוצושטעלן צו אן אינטערנאציאנאלן קאמפיין וועלכע וועט אויסברייטערן דעם באדייט פון אנטיסעמיטיזם, און דאס וועט מאכן גרינגער פאר דער רעגירונג צו אינפארסירן געזעצן וועלכע באשיצן אידן פון אנטיסעמיטישע אטאקעס און טשעפערייען. די נייע אינטערנאציאנאלער אויסטייטש פון אנטיסעמיטיזם זאגט, אז סיי וועלכע אידישע ביזנעס אדער געשעפט וואס ווערט אטאקירט, וועט ווערן פאררעכנט אלס אן אנטיסעמיטישע אטאקע, און אויך אויב א נישט-איד ווערט אטאקירט פאר אנטיסעמיטישע סיבות, וועט עס פאררעכנט ווערן אלס אנטיסעמיטישע אטאקע.

די אייראפעאישע אידישע קאנגרעס האט באגריסט דעם באשלוס פון דער בולגארישער רעגירונג, אנצייגנדיג אז פילע לענדער איבער דער וועלט האבן זיך שוין אנגעשלאסן אין דער באוועגונג אויסצוברייטערן די דעפעניציעס און באדייטן פון אנטיסעמיטיזם, צו קענען בעסער באקעמפן דעם לעצטיגן אויפשטייג.

בילד: בולגאריע אויסגעלויבט איבער אנטיסעמיטיזם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל