וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האלט אן זיין קאמף מיט די דעמאקראטישע פלארידע קאנגרעספרוי, פעדעריקא ווילסאן, וועלכע איז געווען די וואס האט אויפגעדעקט פאר די מידיא די אינהאלט פונעם טעלעפאן רוף וואס פרעזידענט טראמפ האט געמאכט צו איינס פון די פאמיליעס פון די אמעריקאנער זעלנער וואס זענען אומגעקומען אין ניידזשער, וואס מ'האט באשולדיגט אז טראמפ האט זיך אויסגעדרוקט זייער אומסענסיטיוו צו דער פאמיליע. קאנגרעספרוי ווילסאן'ס אויפדעקונג האט געפירט צו א גאר שארפע און עמאציאנעלע רעאקציע פונעם ווייסן הויז שטאב הויפט, דזשאן קעלי, וועלכער האט פאריגע וואך דאנערשטאג שטארק פארטיידיגט די ווערטער וואס טראמפ האט גענוצט אינעם טעלעפאן רוף, און נעכטן האט פרעזידענט טראמפ אנגעהאלטן דעם קאמף מיט ווילסאן, שרייבנדיג אז זי וועט העלפן די רעפובליקאנער געווינען די מידטוירם וואלן, וויבאלד זי באנארישט זיך מיט יעדן אינטערוויו און סטעיטמענט וואס זי גיט ארויס.

בילד: קאמף גייט אן צווישן טראמפ און קאנגרעספרוי ווילסאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל