וואשינגטאן – היינט וועלן זיך די באאמטע אינערהאלב דעם אמעריקאנער קאמערץ דעפארטמענט צוזאמזעצן, און זיי וועלן דיסקוסירן דעם אנגייענדיגן געפעכט צווישן דער אמעריקאנער אוויאציע פירמע "באואינג" און די קאנאדישע אוויאציע פירמע "באמבארדיער". דער ביזנעס געפעכט שטאמט פון דעם וואס די אמעריקאנער "דעלטא עירליינס" האט באשטעלט פון דער קאנאדישער "באמבארדיער" פירמע ארום 75 פון אירע פליגערס, וואס דאס האט באלד ארויסגערופן אויפברויז ביי באואינג, וועלכע האט גע'טענה'ט אז באמבארדיער האט געקענט שליסן דעם דיעל און צושטעלן ביליגע פרייזן פאר דעלטא, בלויז צוליב וואס די קאנאדישע רעגירונג גיט ספעציעלע שטייער-שניטן פאר באמבארדיער, וואס דאס מאכט דעם דיעל אומ'יושר'דיג, ווייל ס'נעמט אוועק ביזנעס פון באואינג. באמבארדיער לייקנט באואינג'ס באשולדיגונגען, און ס'איז פארוואנדלט געווארן פון א ביזנעס געפעכט צו א געפעכט צווישן די קאנאדישע און אמעריקאנער רעגירונגען. היינט וועט דער קאמערץ דעפארטמענט אין וואשינגטאן דיסקוסירן דעם געפעכט, וועלכע וועט מעגליך אנקומען צו דער אינטערנאציאנאלער "וועלט'ס האנדל ארגאניזאציע" פאר א שליכטונג.

קריגעריי צווישן באואינג און באמבארדיער
אוויאציע
אינטערנאַציאָנאַל
אמעריקע
באואינג
באמבארדיער
דעלטא
האנדל
האנדל דעפיציט
פון דער יוד
פינאנץ
קאנאדע
הוסף רשומת תגובה