מאנהעטן – סטאטיסטיקס פון די ניו יארק סיטי פאליציי צייגן אז דער צפון קארעאר רעזשים האט זיך אנגעזאמלט מער ווי דרייצן הונדערט אומבאצאלטע פארקינג טיקעטס אין דער סיטי, ביי א סך הכל פון 156 טויזנט דאלאר, וואס דאס גייט שוין אזוי אן פון די מיטעלע 990'ער יארן. דאס קומט צוליב וואס אירע דיפלאמאטן פארקירן אויף אומלעגאלע ערטער אין לויף פון קאנפערענצן ביי די יו-ען הויפטקווארטירן אין מאנהעטן. צפון קארעא איז ווייט פון די איינציגסטע, נאר כינע איז אויך שולדיג 398 טויזנט דאלאר אין אומבאצאלטע פארקינג טיקעטס, סיריע איז שולדיג 362 טויזנט דאלאר, איראן 184 טויזנט דאלאר און רוסלאנד 104 טויזנט דאלאר. אלעס אינאיינעם זענען אנדערע לענדער שולדיג פאר ניו יארק סיטי מער ווי זעכצן מיליאן דאלאר אין אומבאצאלטע טיקעטס. אין יאר 02' איז באשטעטיגט געווארן א מעמאראנדום מיט אנדערע לענדער צו שניידן די צאל טיקעטס וואס ווערן פארטיילט פאר דיפלאמאטן, אבער מעיאר דעבלאזיא האט א צייט צוריק געזאגט קלאר אז די טיקעטס וואס זענען פארטיילט געווארן בעפאר דער באשטעטיגונג פונעם מעמאראנדום, איז ניו יארק סיטי נישט מוחל. האנג יאו, סעקרעטאר פון צפון קארעא'ס אפיס אין די יו-ען הויפטקווארטירן, האט רעאגירט צו די פרישע ציפערן, מיט א פארלייקענונג, זאגנדיג אז זיי באצאלן אלע טיקעטס.

בילד: צפון קארעא'ס ניו יארק פארקינג טיקעטס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל