שטייענדיג אין שאטן פון האריקעין הארווי זעהט אויס אז אמעריקע דארף זיך גרייטן צו נאך א היסטארישע האריקעין, אזאנס וואס קען ברענגען קאטעסטראפאלע שאדנס צו שטעט אין פלארידע אדער אין די דערנעבנדיגע סטעיטס דשארדשיע אדער די קאראליינעס. די שטורעם האט שוין אנגעברענגט מאסיווע שאדנס פאר די קאריבישע אינזל סענט מארטין וועלכע איז א פראנצויזישער טעראטאריע, דער פראנצויזישע אינערן מיניסטער האט געזאגט אז די שטורעם האט אומגעווארפן 4 פון די שטערקסטע געביידעס אויפ׳ן אינזל און גענצליך רואינירט דעם אינזל. אזוי אויך אנדערע אינזלן זענען געשעדיגט געווארן, דאס אינזל בארבודע מיט 1,600 איינוואוינער איז גאר שטארק געשעדיגט געווארן און עס איז דערווייל נישטא קיין שום קאמיוניקאציע מיטלן וואס ארבייטן.

די שטורעם וועלכע האט זיך נעכטן געשטארקט צו א שטאפל 5 שטורעם מיט ווינטדן פון 185 מ.פ.ש. איז פיל שטערקער ווי סיי וועלכע שטורעם רעקארדירט אין דעם אטלאנטיק, און וועט היינט ווייטער אנפאלן אויף עטליכע קאריבישע אינזלן און ווארשיינליך אנפאלן אויף פארטא ריקא און די בריטישע ווירדשין אינזלען. די שטורעם האט גענונג א שטארקע אימפעט צו אויסרייסן ביימער און אומווארפן געביידעס, און דאס איז נאך פאר די געפאר פון שווערע פארפלייצונגען וואס דאס קען ברענגען. די פארשידענע וועטער מאדעלן זענען נאכנישט זיכער אויב די אויג פונעם שטורעם וועט לאנדן אויפ׳ן יבשה אדער בלויז די זייטן פונעם שטורעם וועלכע זענען ווייניגער מאכטפול.

דערווייל גייען ווייטער אן די צוגרייטונגען אין פלארידע ווי דער גאווערנאר ריק סקאט האט דערקלערט א סטעיט אוו עמערדשענסי, און פארארדנסט די עווקיואציע פון פילע שולע געביידעס און ארויסגעגעבן פארארדענונגען צו צוגרייטן פילע געגענטער פאר עוועקיואציע, פרעזידענט טראמפ האט אויך היינט געזאגט אין א סטעיטמענט אז די אדמינסטראציע פאלגט נאך דעם שטורם און גרייט זיך אויפ׳ן ארגסטן. היינט נאכמיטאג האט אויך דער גאווערנער פון סאוט קאראליינע דערקלערט א סטעיט אף עמערדשנסי און געזאגט אז ער וועט פארארדענען עוועקיואציע פון געוויסע געגנטער נאך פאר שבת.

מאפע: האריקעין אירמע: די שווערסטע האריקעין אין די היסטאריע אינעם אטלאנטישן ים

בילד: האריקעין אירמע: די שווערסטע האריקעין אין די היסטאריע אינעם אטלאנטישן ים

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל