סאטעליט בילדער פון נארט קארעא צייגן א טויש אין די טאפאגראפישע פאנאראמע פון די בערג אין נארט קארעא פון פאר די פראבע ביז נאך די פראבע. די פראבע איז דורכגעפירט געווארן טיף אונטער די ערד און געברענג א ערד טרייסל וואס האט זיך געשפירט ווי א ערדציטערניש פון 6.3 אויפ׳ן ריכטער וואג און האט זיך געשפירט ביז כינע, אבער ווי עס שיינט האט דאס אויך געברענגט שאדן פאר די נאטור און אויסגעריסן טויזנטער ביימער און צושאקלט די נאטורליכע צוזאמענשטעל פון די בארג מאנפאט אויף וועלכע זי איז דורכגעפירט געווארן.

א גרופע וואס געט זיך אפ מיט אנאליזירן סאטעליט בילדער האט ארויסגעלייגט א סעריע פון בילדער אין וועלכע מען זעט נאקעטע שטרעקעס פון לאנד וועלכע זענען געווען באוואקסן מיט גרינע ביימער פאר די פראבע. דאס צייגט אז די נארט קארעא רעזשים האט ליגנט געזאגט ווען זי האט געזאגט אז די פראבע האט נישט געהאט קיין שום עקאלאגישע עפעקט אויף די פלאץ ווי זי איז דורכגעפירט געווארן. און דאס ברענגט אויך זארג אז די טעסטן ווערן נישט דורכגעפירט גענוג זיכער און קען ברענגען ראדיאציע און לופט פארפעסטיגונג.

בילד: נוקלעארע פראבע האט פאראורזאכט א לאנד-גליטש אין די בערג



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל