נאכדעם וואס מען האט נעכטן געהערט פון פרעזידענט טראמפ גאר שארפע רעטאריק קעגן איראן און ספעציעלע קעגן דעם אפמאך וואס פרעזידעט אבאמא האט געשלאסן מיט איראן, און אזוי אויך האט האט דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ווידערהילכט דעם זעלבן סענטימענט זאגנדיג ״פארריכט עס אדער אנוליר עס״ שטעלט זיך אבער ארויס אז דאס איז ווידער מער רעטאריק ווי א קאנקרעטע פאליסי אדער פלאן.

די פארשטייערין פון אמעריקע אין די פעלקער פאראיין ניקי העילי האט היינט קלארגעשטעלט אז פרעזידענט טראמפ איז נישט אנטשלאסן צו אנולירן דעם אפמאך, העילי האט געזאגט אז אין די רעדע האט דער פרעזידענט בלויז געזוכט צו אונטערשטרייכן זיין אומצופרידנהייט מיט׳ן אפמאך אבער ער האט נישט באשלאסן אויב ער וויל ווייטער גיין דערמיט. דער פרעזידעט דארף אין אקטאבער געבן זיין מיינונג פאר קאנגרעס אויב איראן האלט זיך צו דעם אפמאך און אויב נישט האט קאנגרעס 60 טאג צו אויפלעזן דעם אפמאך.

בילד: ניקי העילי: טראמפ זוכט נישט צו אנולירן דעם איראנער אפמאך


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל