טראץ וואס עלעקטראנישע קארס זענען שוין א רעאליטעט און געפונען זיך אויף אלע שאסייען זענען עלעקטראנישע אויטאבאסן נאך אלס א זעלטנהייט, און אלע עלעקטראנישע באסעס זענען הייבריד, וואס באדייט אז עס נוצט אויך דיעזעל. די סיבה דערצו איז וויבאלד עס נוצט אסאך עלעקטעריק וואלט זיך אויסגעפעלט אפטע רעטשארדשן, א זאך וואס פארשווערט די אפעראציעס. אבער א פירמע אין סאן פראנציסקא האט אפציעלע געשטעלט צום פארקויפן א געהעריגע פאסאנדשיר אויטאבאס וואס פארט גענצליך אויף עלעקטעריק. די באס איז א פול-סייז באס פון 40 פוס און קען טראגן ביז 50 פאסאדשירן, די באס קען פארן א ווייטקייט פון איבער טויזנט מייל אן ריטשארדשן אפילו איין מאל. די באס וועלכע איז ערצייגט געווארן דורך די פירמע ״פראטערא״ שטייט צום פארקויפן פאר די פרייז פון 750,000$ היבש טייערער ווי די דורכשניטליכע פרייז פון א באס וואס גייט געווענליך פאר ארום 500,000$ אבער די פירמע זאגט אז עס האלט זיך לענגער און מען שפארט איין די געלט דורך די נידריגע קאסטן פון עלעקטעריק קעגן גאזאלין.
/cdn.vox-cdn.com/uploads/chorus_image/image/56757191/https___www.proterra.com_wp_content_uploads_2016_09_1_PROTERRA_CATALYST_E2_BUS.0.jpg)
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה