קווינס – א שרעקליכער צוזאמשטויס צווישן צוויי באסעס האט נעכטן פאסירט אין ניו יארק סיטי, וואו א שטאטישע באס האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א טשארטער באס אין דער פלאשינג געגנט אין קווינס, און 3 זענען אומגעקומען. דער ערנסטער צוזאמשטויס האט פאסירט ארום זעקס אזייגער פארטאגס, ווען דער טשארטער באס האט אריינגעקראכט אינעם שטאטישן באס, און פון דעם שטארקן קראפט פונעם צוזאמשטויס, איז דער שטאטישער באס ארויפגעפלויגן אויפ'ן סיידוואלק, אריינקראכנדיג אין א רעסטוראנט און פאראורזאכנדיג א פייער. אויפ'ן ארט האבן די אויטאריטעטן באשטעטיגט זיבעצן פארוואונדעטע און 1 פאטאליטעט, און שפעטער אין שפיטאל, זענען 2 פון די פארוואונדעטע אומגעקומען, און צווישן די אומגעקומענע איז געווען דער באס דרייווער פונעם טשארטער באס, רעימאנד מאנג, וועלכער האט א היסטאריע פון טראפיק פארלעצונגען. פאליציי פארשער האבן אויך געזאגט אז מאנג איז געפארן זעכציג מייל פער שעה ביים צוזאמשטויס, פיל העכער ווי די דערלויבטע ספיד לימיט אינעם געגנט.

בילד: פאטאלע באס צוזאמשטויס אין קווינס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל