ניו יארק – היינט דינסטאג וועט פרעזידענט טראמפ געבן זיין סאמע ערשטע רעדע פארנט פון די יונייטעד נעישאנס, ביים "דזשענעראל אסעמבלי" פארזאמלונג אין די יו-ען הויפטקווארטירן אין ניו יארק סיטי, און פון איבער דער וועלט קוקט מען ארויס צו זען וואס ער וועט רעדן, נאכדעם וואס טראמפ אדמיניסטראציע קוועלער האבן געזאגט אז די אישוס פון צפון קארעא און איראן וועלן דאמינירן זיין רעדע.
טראמפ האט נעכטן שוין אפגעשטאט א באזוך אין די יו-ען הויפטקווארטירן, וואו ער האט געגעבן קורצע קאמענטארן פארנט פון פארשטייער פון פילע וועלט'ס לענדער, זאגנדיג אז "אין די לעצטערע יארן האט די יונייטעד נעישאנס נישט דערגרייכט אירע פילע מעגליכקייטן, צוליב ביוראקראטיע און שלעכטע מענעדזשמענט", רופנדיג אז די יו-ען זאל רעפארמירן אירע פינאנצן און פארזיכערן אז יעדע פון אירע מיסיעס ענדיגט זיך מיט רעזולטאטן.
128 לענדער זענען געווען געלאדנט צו טראמפ'ס קורצע רעדע נעכטן, וואו ער האט געזאגט אז די יו-ען קען ווען פיל מער אויפטאן, אויב וואלטן זיי בעסער קעיר גענומען פונעם בודזשעט און געשניטן די צאל איינגעשטעלטע. ביים ענדע פון דער זיצונג, האבן אלע לענדער אונטערגעשריבן א ספעציעלע אמעריקאנער-צוזאמגעשטעלטע דעקלעראציע, רופנדיג פאר מאסיווע רעפארמירונגען אינערהאלב די יו-ען.

הוסף רשומת תגובה