דאס ווייסע הויז האט געמאלדן אז זי האט נאמינירן א צייטווייליגע קאמיוניקאציע דירעקטארין וועלכע וועט פארנעמען די פאזיציע וועלכע איז געהאלטן געווארן פאר א קורצע צייט דורך אנטאני סקאראמוטיש וועלכע איז אפגעזאגט געווארן צוליב דעם נייעם שטאב הויפט דשאן קעלי, די נייע דירעקטארין איז האופ היקס, א ראטגעבערין פאר׳ן פרעזידענט וואס איז געווען א טייל פון די טראמפ קאמפיין.

היקס וועט דינען אלס צייטווייליגע דירעקטארין און אויספירן אלע פונקציעס ביז מען טרעפט א פערמענאנטע ערזאץ פאר סקאראמוטיש, קוועלער אין ווייסן הויז זאגן אז היקס וועט ארויסהעלפן מיט די פראצעדור צו טרעפן אן ערזאץ. היקס איז א 28 יעריגע אויפגייענדע שטערן אין די קאנסערוואטיווע קרייזן, זי האט געדינט ביז יעצט אלס דירעקטאר פון סטראטעגישע קאמיוניקאציע, און ווערט באטראכט צו זיין איינס פונעם פרעזידענט׳ס געטרייסטע און נענטסטע שטאב מיטגלידער.

זי נעמט אן די פאזיציע אין א צייט וואס די אדמינסטראציע איז ווידער אונטער א כוואליע פון קריטיק און אויפברויז צוליב דעם פרעזידענט׳ס שוואכע און צומישטע רעאקציע צו די לעצטע געשעענישן אין שארלאטעסוויל. דערווייל האט דער פרעזידענט נאכנישט געמאכט קיין אפיציעלע מעלדונג איבער איר נאמינאציע אבער עס איז ערווארטעט צו פאסירן אין די קומענדיגע שטונדן.

בילד: ווייסע הויז נאמינירט נייע קאמיוניקאציע דירעקטארין



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל