נאכדעם וואס 8 פראמינענטע ביזנעס פירער האבן זיך שוין אפגעזאגט פונעם קאנסיל, און אנדייטונגען האבן געוויזן אז נאך ביזנעס פירער פלאנען צו נאכפאלגן, האט פרעזידענט טראמפ פארמיטן ווייטערדיגע בושות און געמאלדן אז ער טוט אויפלעזן דעם קאנסיל, ער האט אנגעגעבן די אורזאך אז ער וויל פארמיידן דרוק אויף די ביזנעס פירער און האט באדאנקט די וועלכע זענען געווען א טייל דערפון. די פלייץ פון רעזיגנאציעס איז געקומען אלס רעקאציע צו די לעצטערע באמערקונגען פונעם פרעזידענט אין וועלכע ער האט פארפעלט צו געהעריג פארדאמען די נעא-נאצישע פארזאמלונג אין שארלאסטוויל.

בילד: נאך א רייע פון רעזיגנאציעס: פרעזידענט טראמפ לעזט אויף ביזנעס קאנסיל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל