דער פרעזידענט פון סיערע ליאן, א לאנד פון ארום 5 מיליאן איינוואוינער אין אפריקע, האט אפעלירט צו די אינטערנאציאנאלע געמיינדע צו שיקן הילף פאר זיין לאנד וועלכע טוט זיך ספראווען מיט שווערע נאכפאלגן פון שווערע פארפלייצונגען וואס האבן אומגעברענגט הונדערטער, און פארטריבן טויזנטער פון זייערע היימען. דער פרעזידענט זאגט אז די קאטעסטראפע איז צו גרויס פאר זיין לאנד און זיי קענען נישט זיך ספראווען אליין, ״גאנצע געמיינדעס זענען אפגעווישט געווארן״ האט ער געזאגט פאר די פרעסע. שרייבנדיג די שורות טוען זיך נאך די לאקאלע איינהייטן פון די רויטע קרייץ פלאגן צו ארויסשלעפן קערפער פון די מאראסטן, און עס ווערט געשאצט אז הונדערטער ליגן נאך באגראבן אונטער די מאראסטן. די טראגעדיע האט פאסירט ווען א בארג איז צוגאנגען פון די שווערע רעגנס, און גענצליך באגראבן א דערנעבנדיגע שטאט ווען די מערהייט איינוואוינער זענען געווען פארזונקען אין זייער שטאט, די טראגעדיע איז גאר גרויס, פילע פאמיליעס זענען אין איין מינוט געווארן אפגעווישט, און פולע איבערלעבער האבן פארלוירן אלע זייערע פאמיליע און באקאנטע.

בילד: סיערע ליאון רופט פאר אינטערנאציאנעל הילף

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל