א אויספירליכע באריכט אין די ״ניו יארק טיימס״ טוט צייגן וויאזוי נארט קארעא האט באוויזן צו זיך רוקן דראמאטישע פאראויס מיט זייער מיסיל פראגראם נאכ׳ן איינקויפן מיסיל טיילן אין די שווארצע מארקעט פון א פירמע אין אוקראינע, די פאבריק ״יוזשמאש״ אין דניעפערפאטראווסק וועלכע געפונט זיך אין מזרח אוקראינע. האט אפגעשיקט די טיילן צו נארט קארעא אויף די שווארצע מארקעט. די פירמע וועלכע איז געווען א געמיינזאמע פאבריק פאר עטליכע לענדער שטייט לעצטנס אויס שוועריגקייטן צוליב די קריג צווישן רוסלאנד און אוקראינע, און דעריבער טוט זי האנדלן אויך אויף די שווארצע מארקעט, די פירמע איז אונטער רוסישע קאנטראל, און אצינד טוט אמעריקע אויספארשן אויב רוסלאנד האט געגעבן א גרינע ליכט פאר די פארקויף.

בילד: צפון קארעא האט געקויפט מיסיל טיילן פון פאבריק אין אוקראינע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל