פון יואב בן צרויה

דאס אז דער פרעזידענט מעג זיך שעמען, האט זיך נישט אנגעהויבן היינט: ער איז שוין א פארדארבענער, נארישער, לייכטזיניגער מענטש א לענגערע צייט. מיט מיר האסטו מיט דעם נישט קיין מחלוקת.

ווידער איבער די שנאה וואס די ווייסע גרופעס האבן קעגן יודן, אסאך היימישע וואס האלטן זיך קלוגער פונעם עולם וואס ציעט רעכטס, ברענגען דאס כסדר אויף ווי כאילו די ׳יונגעלייט׳ ווייסן נישט דאס וואס זיי ווייסן. איך בין ביי די מיינונג אז רוב עולם ווייסט נאך די היסטאריע פון די קו קלוקס קלען - און זייערע דעמאקראטישע ווארצלען - אזוי ווי דו, און זיי קימערן זיך ווייניג מיט די לגיונות אז די אמאליגע דעמאקראטישע פארטיי איז די היינטיגע רעפובליקאנע פארטיי.

עס איז די רעפובליקאנער פארטיי אין לאנד וואס האט צוערשט געוואלט עלימינירן קנעכטשאפט און עס איז די פארטיי וואס האט פראבירט צו אדורכפירן א סיוויל רייטס אקט נאכן ציווילע קריג, אבער איז געשטערט געווארן דורך דזשעקסאן. עס איז געווען אייזענהאוער וואס האט געשיקט די סאלדאטן אינפארסירן די געריכט׳ס אורטיילן קעגן ראסע דיסקרימינאציע, און עס זענען געווען די דעמאקראטן וואס האבן געשטערט זיינע לייסטונגען פאר א סיוויל רייטס אקט. מער רעפובליקאנער האבן עווענטועל געשטיצט די סיוויל רייטס אקט, ווי דעמאקראטן.

אויף עפעס א וועג אבער, האבן די דעמאקראטן איבער די יארן באוויזן אויסצודרייען דעם דאשיק, און געמאכט די רעפובליקאנער פארטיי זיך דארפן פארענטפערן פאר פולע עבירות וואס האבן באמת געהערט צו די דעמאקראטישע פארטיי. דאס איז, לדעתי, הויפטזעכטליך געקומען פון די לינקע מידיא וועלכע האט זיך ערווארבן בלויז זינט די זעכציגער יארן, און האבן אינסטינקטיוו זיך געפירט מיט א לינקע בייעס.

אזוי איז געגאנגען פאר יארן, און עס איז בלויז געווארן ערגער מיט די צייט, ספעציעל אין די בוש יארן, ווי די מידיע האט אים געצאפט דאס בלוט ממש. ווען אבאמא איז אנגעקומען, האט זיך אלעס געענדיגט, די מידיע האט זיך מיט געלייגט אין בעט מיט צומיס און בלענקעטס, און פראבירט ווי מער צו באקומען א גלעט פון אים.

די סעקונדע וואס זיי האבן געקענט מאכן א קאשע קעגן די רעפובליקאנער, איז די מידיא דארט געווען, באשולדיגט די טיי פארטיי און שפייען אויף אומשולדיגע מענטשן, באשולדיגט די טיי פארטיי אין די שיסעריי אטאקע אויף גיפארדס און אין די ארארא טעאטאר, געמאכט יעדן ערוועלטע רעפובליקאנער פאליטישאן ענטפערן אויף די אישוס און באגראבן יעדע נעגאטיווע נייעס קעגן דער געזאלבטן אבאמא. ווי די חברה האט באערדיגט א וואוילער מענטש ווי מיט ראמני, און אנגעדרייט א נישט געשטויגענע קאשע וועגן בורט קאנטראל, אבי צו געבן שטאף פאר די דעמאקראטן.

איך קען ממשיך זיין, אבער דאס וועט אנפילן פיר זייטן... די אלע בייעס האט אויסגעקלאפט מיט טראמפ. ווי משוגע ער איז נאר געגאנגען קעגן די מידיע, אלץ מער האט ער אנגעצויגן. און דאס האט געוויזן פשוט און גראד, אז די רעכטע - מיט רעכט צו אן רעכט (און איך האב אפן געהאלטן אן רעכט) - האבן געפלאצט, און ווילן א פייט מיט די מידיע. דעקט די זאך נארמאל, אדער וועל מיר גיין אין קאמף. טראמפ האט עס די בעסטע דעליווערט, אין גרויסטייל צוליב די פערדישע מידיע דעקן יעדע ראלי זיינע לייוו, און ער האט זיך מיט דעם דערשלאגן צום ווייסן הויז.

די לינקע האבן געכאפט א הארץ אטאקע און זענען נאך אין שאך פון די אנטוויקלונג. זיי שטעלן זיך קעגן דעם פרעזידענט ווי נאר אימער מיט וואס נאר אימער, אריינגערעכענט געוואלטאטן קעגן די שטיצע פונעם פרעזידענט. זייער עקסטרעמיזם האט געפינען פלאץ אין די העכסטע דעמאקראטישע רייען, ווען סענאטארן ווי סענדערס און ווארען און הויז מינאריטעט פירער פעלאוסי האבן כסדר באשולדיגט די רעפובליקאנער אין וועלן אונטערדריקן מינאריטעטן, און גאר לאזן מיליאנען מענטשן אויסשטארבן.

דאס אלעס האט זיך ווייטער קאלמינירט אין די אטאקע אויף רעפובליקאנער קאנגרעסלייט אין א בעיסבאל פעלד, פון וועלכע דער הויז וויפ איז נאך אלץ אין שפיטאל. בערני סענדערס האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט קעגן דעם פארשוין, די מידיע האט גערופן פאר פארשטענדיגקייט צווישן ביידע זייטן, און אונטער א וואך איז די געשיכטע אראפ פון די העדליינס. די קומענדיגע זונטאג איז קיין איין דעמאקראט נישט געפרעגט געווארן איבער די געשיכטע אויף די זונטאג שאוס, און/אדער פארלאנגט געווארן צו פארדאמען די ווילדע לינקע גרופעס.

איינע פון די גרופעס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו האבן געווען דער פארשוין וואס האט דערשטאכן צוויי מענטשן אין ארעגאן אויף א טרעין, על אף וואס די מידיע האט קודם באריכטעט אז ער איז א טראמפ/אלט רייט חברה מאן. פארשטייצעך אז די געשיכטע איז שנעל פארגעסן געווארן פון די נייעס צימערן.

אבער יעצט, קומט איין פערד - טאקע א פערד. א נאצי סימפאטיקער, א מטורף און שוטה - נעמט די געזעץ און די הענט אריין און ענדיגט צו א פייט וואס די ווילדע לינקע בריונים האבן אנגעהויבן דארט אויפן ארט און שוין עטליכע חדשים צוריק מיט זייער אייגענע מעדעצין. בום! פלוצולונג מוז יעדער פארדאמען, טעראריזם, זאג עס ביים נאמען, וכו וכו׳. און נארמאלע אומשטענדן, געהעריגע סאסייעטי, נאו פראבלעם! הונדערט פראצענט: נאציס זענען אונטער מענטשן, קיען אפפאל און קיינער האט פאר זיי נישט איבעריג סימפאטיע. אבער נישט דאס איז די קעיס דא.

די קעיס דא איז ריין פאליטיש. די מידיע מיט זייער סובקאנשיס לינקע בייעס טאנצן ווי שלאנג געביסענע, ווייל דא האט זייער זייט געכאפט דעם שנעלקע. ווען דער בערני פערד האט אויפגעשאסן דעם בעיסבאל פעלד האבן זיי פארשטאנען אז מען דארף רופן פאר שלום, צוזאמנעמען דאס לאנד ועוד ועוד. איי ער איז סטאלין שטיצער? איי ער טראגט די פאן פון די סאוויעטישע פאראיין? א גוטן טאג! זיי גייט נישט אן די פאקט אז דער פארשוין פון שבת איז א נאצי; זיי גייט אן אז זייער זייט האט געכאפט. און ווען זייער זייט כאפט דארפן די רעפובליקאנער ענטפערן פאר דעם. נישט אזוי ווען ס׳פארקערט.

דאס איז וואס דער פרעזידענט און די רעפובליקאנער דארפן נישט דולדן. עס העכסט צייט אז די שפילעריי אז נאר די רעפובליקאנער דארפן יעדן פארדאמען און ווייזן מאראל זאל זיך פערטיגן, און אז די דעמאקראטן זאלן דארפן אנהייבן נעמען פאראנטווארטליכקייט פאר זייער זייט'ס צעלאזענקייט. אבער די מידיע וועט דאס נישט טון פשוט ווייל זיי קענען נישט; זיי זענען לינקע! עס איז שווער צו שפילן אבדזשעקטיוו ווען ס׳טוט וויי. נא, האט דער פרעזידענט באשלאסן ״איך גיי נישט מיט שפילן.״ פרעגטס נאר שומער פארוואס ער האט נאך קיינמאל נישט פארדאמט אנטיפא, און דאן קומט צוריק פרעגן ווען די פערדישע ווייסע ראסיסטן. פרעגסט פעלאוסי פארוואס איר רעטאריק אז די רעפובליקאנער ווילן הארגענען מענטשן טוט מער פאר שלום ווי דער פרעזידענט׳ס סטעיטמענט אז ביידע זייטן דארפן אויפהערן די העיט. לאמיר זעהן איין מידיע פערד זאל אזאנס פרעגן!

אבער די רעפובליקאנער ערוויילטע זענען פערדן. לערנען זיך זילטש. גארנישט. זייער בעיס פארלאנגט פון זיי אביסל אנצולערנען די מידיע צו שלעפן די נייעס אין דער מיטן, אבער ניין. זיי קענען דעיס נישט. טאנצן מיט ווי קעלבלעך מיט די טאקינג פוינטס וואס די מידיע וויל. נו, זאל אזוי זיין. דער פרעזידענט איז דא גערעכט, הגם עס קען זיין אז ער האט נישט אין מיינד דאס וואס איך האב דא געשריבן.

אויב איז אמת אז ער פארדאמט נישט די חברה ביים נאמען וועגן ער פילט אז ער דארף האבן זייער שטיצע, דאן איז עס שרעקעדיג און אן אפשיי. אבער איך האלט נישט אזוי אן א באווייז. ער האלט פלעין נישט ביים שפילן די אלטע מידיע געים מער.

בילד: איז טראמפ גערעכט מיטן נישט פארדאמען ספעציפיש די ראסיסטישע אטאקעס?


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל