בילד: יוסי געשטעטנער

פון יוסי געשטעטנער

פאר א לענגערע צייט האב איך אראפ געריסן ערוועלטע דעמאקראטן און מידיא מענטשן פאר'ן נישט פארדאמען און אין געוויסע פעלער גאר גורם זיין גוואלדטאטן פון לינקע ראדיקאלן קעגן פרידליכע פראטעסטירער און קעגן טראמפ שטיצער. אבער עס איז זעלטן געווען צו וועם צו רעדן. אין פאקט, די נאציאנאלע דעמאקראטישע קאמיטע האט געהאט אויף פעיראול ראבעט קרעימער וועלכער האט ארגאנאזירט אומרוען ביי טראמפ ראליס. קרעימער איז נישט סתם אן איינער: דער מענטש איז געווען אינעם ווייסן הויז צענדליגער מאל אריינגערעכנט ביי זיצונגען מיט אבאמא און ער איז דער מאן פון א קאנגרעס פרוי! די פארטיי האט זיך דערווייטערט פון יענעם נאכדעם וואס א ווידיא איז ארויס געקומען וואו ער און זיין ארבעטער רעדן פון זייערע טאקטיקן.

פארוואס האבן ערוועלטע דעמאקראטן און לינקע מידיא מענטשן נישט פארדאמט די אלע אטאקעס פון קרעימער פאריגע יאר און פון אנטיפא זינט דאן מיט די שארפסטע סארט פארדאמונגען? ווייל ווייניג וויל נישט אנערקענען אז אין זיין לאגער געפינען זיך אנארכיסטן וועלכע נוצן פאשיסטישע טאקטיקן צו דערשטיקן קעגנער מיט גוואלדטאטן. דער לינקער מידיא מענטש זוכט נישט צו פארדאמען האסע קעגן פרידליכע טראמפ וויילער ווייל דער לינקער פארט דאך אויף א ליניע שוין צוויי יאר אז טראמפ איז פון די ארגסטע סארט און א דאנק דעם איז דאך אלעס קעגן אים מותר.

אבער שפילן פאליטיק מיט האסע האט גורם געווען אז די ראדיקאלן אויף די רעכטע זייט זאלן קומען צו זייער אייגענע ראליס גרייט מיט שטעקענעס און אנדערע סארט כלים אפצושלאגן די ערווארטעטע אטאקעס פון די לינקע וועלכע גייט אן שוין א לענגערע צייט אנע דעם וואס די פעדעראלע רעגירונג אדער נאציאנאלע מידיא זאל עס רופן ביים נאמען, טייטלן אויף די שולדיגע אדער עס אפשטעלן. א יונגער זעלבסט-דערקלערטער נאצי האט גענומען די געוואלדטאטן צום נעקסטן שטאפל דעם פארלאפענעם שב"ק און מיט זיין אויטא אפגע'הרג'ט א מענטש!

פלוצים האבן מידיא מענטשן און זאגאר אויך רעפובליקאנער זיך אויפגעוועקט. זיי אלע – רעכטפארטיג – רופן אן די גרופעס ביים נאמען: ווייסע סעפרעטיסטן און סופרעמעסיסטן וועלכע נוצן טעראר טאקטיקן קעגן אנדערע. טייל פארלאנגען גאר אז די יוסטיץ דעפארטמענט זאל איבער נעמען די אויטא קעיס און זיך באציען דערמיט ווי צו א טעראר אטאקע. טאקע שטארקע ווערטער! עס וואונדערט זיך אבער פארוואס די זעלבע רעפובליקאנער וואגן זיך נישט אנצורופן די "אנטיפא" גרופע, די אפפאל פון די בי.על.עם גרופע ביים נאמען: ראדיקאלע, לינקע גרופעס וועלכע פארשפרייטן האסע באזירט אויף ראסע און פארטיי ליניעס וועלכע נוצן טעראר שוין עטליכע יאר קעגן פאליציי אפיצירן און פרידליכע מענטשן. איך געדענק נישט אז די איצט-הייליגע רעפובליקאנער זאלן פארלאנגען נאך יעדע בי.על.עם.-אינספירירטע מערדעריי און אנטיפא אטאקע אז מען זאל עס אויספארשן ווי א טעראר אטאקע.

אין סך הכל זאג איז צוויי זאכן. איינס, איגנארירן די געוואלדטאטן פון די לינקע האט גורם געווען אז די עקסטרעם רעכטע זאלן קומעם קאמפס גרייט און דאס האט געפירט צו מער בלוט פארגיסונגען. צוויי, אראפ רייסן מיט די שארפסטע לשונות די עקסטרעם רעכטע גרופעס נאך יארן פון נישט טאן די זעלבע אויף די לינקע זייט מיינט שפילן פאליטיק מיט האסע און דאס איז שוין געפארפול.

נארמאלע בירגער און אידן אין גלות וועלכע נעמען נישט א פערזענליכע שטעלונג אין פאליטיק – אזוי ווי איך פרוביר טאקע בס"ד נישט צו נעמען פאליטיק צו ערנסט – זענען קעגן די חיות סיי אויף די לינקע זייט און סיי אויף די רעכטע זייט, און אויף קיין שום פאל שטיצט מען נישט געוואלדטאטן אפילו אויב עס איז קעגן נאציס ווייל אויב אנארכיסטן באקומען א פעס צו טאן וואס זיי ווילן קעגן נאציס, וואס וועט צוריק האלטן אנדערע אנארכיסטן פון דורכפירן געוואלדאטן קעגן פרידליכע מענטשן אזוי ווי זיי האבן שוין טאקע געטאן אפט די לעצטע אכצן חדשים?

מען דארף בעטן און האפן בשלומה של מלכות אפילו ווען דער הויפט פונעם מלכות איז דאנאלד טראמפ.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל