דאס ווענעזועלער מיליטער האט באוויזן צו צוריקשטויסן אן אטאקע פון א גרופע באוואפנטע קעמפער וועלכע האבן פרובירט צו איבערנעמען קאנטראל פון א מיליטערישע באזע נעבן די שטאט וועלענסיע, די אטאקע צייכנט אפ א נייע שטאפל אינעם לאנג פארצויגענע קריזיס און צייכנט אן די מעגליכקייט אז דאס וועט פארוואנדלט ווערן אין א פולשטענדיגע ציווילע קריג, היינט האבן א גרופע העקערס אראפגענומען א גרויסע צאל פון רעגירונג וועבזייטלעך אין א אויסדרוק פון סאלידאריטעט מיט די רעבעלן. די סיטואציע אין ווענעזועלע ווערט ארגער פון טאג צו טאג און די מאדורא רעזשים ווערט מער און מער ברוטאל צו די פראטעסטירער.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה