דער איראנער פרעזידענט כאסאן רוכאני איז דעם שבת איינגעשוואוירן געווארן פאר נאך א טערמין, נאכדעם וואס ער האט געווינען ווידערערוויילונג מיט א גאר שטארקע מערהייט פאריגן מאי, ביי זיין איינשווערונגס צערעמאניע האבן זיך באטייליגט פילע אויסלענדישע געסט, אריינגערעכנט די הויפט דיפלאמאטקע פון די אייראפעישע פאראיין פעדעריקע מאגעריני און דיפלאמאטן פון ענגלאנד, פראנקרייך און דייטשלאנד, ביי זיין רעדע האט ער אראפגעריסן פרעזידענט טראמפ און זיין קעגנערשאפט צום איראנער נוקלעארע אפמאך און אנגעצייגט אז די גאנצע אינטערנאציאנאלע געמיינדע האלט זיך פעסט ביי די אפמאך, און האט גענוצט שארפע אנטי-אמעריקאנער רעטאריק.

בילד: כאסאן רוכאני איינגעשוואוירן פאר נאך א טערמין

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל