דער פרעזידענט האט ווידער-געטוויט א טוויט אין וועלכע מען זעהט א גראפישע קאריקאטור אין וועלכע א באן מיט די טראמפ אויפשריפט דערויף טוט אריינשמעטערן אין די סי-ען-ען סימבאל, די באן איז א רעפרענץ צו די ״טראמפ טרעין״ א צונאמען פאר טראמפ און זיין באזע, און די קאריקאטור קומט צו אילוסטרירן אז די ליבעראלע פרעסע און הויפטזעכליך די ״סי-ען-אן״ נעץ ווערן צושמעטערט פון פרעזידענט טראמפ׳ס שארפע אטאקעס קעגן זיי.
די טוויט איז געקומען נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט נעכטן דערנידערט אין די עפנטליכקייט א סי-ען-ען נייעס באריכטער וועלכער האט אים געפרעגט איבער די לעצטע געשעענישן אין שארלאטעסוויל, דער פרעזידענט האט אנשטאט ענטפערן אים צוריקגעשריגן אז ער איז ״פעיק ניוז״ א סלאגאן וועלכער דער פרעזידענט נוצט ווען אימער א באריכט אין די פרעסע איז נישט לויט זיין געשמאק.
דער פרעזידענט האט אבער באלד נאכ׳ן ווידער-טוויטן דעם טוויט עס פארמעקט, ווארשיינליך וויבאלד ער זוכט נישט צו איבערשפילן די זעלבע קאנטראווערסיע וועלכע איז אנטשטאנען מיט עטליכע מאנאטן צוריק ווען ער האט ארויסגעשיקט א ווידיא אין וועלכע עס ווערט אילוסטרירט וויאזוי ער ראנגלט זיך מיט א פארשוין וועלכע טוט פארשטעלן סי-ען-ען, א ווידיא וועלכע איז קריטיקירט געווארן אלס אזאנס וואס טוט בארעכטיגן געוואלדטאטן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

הוסף רשומת תגובה