דעם זונטאג א טאג נאך די שוידערליכע אינצידענטן אין שארטלאטעסוויל ווי נאציס האבן מארשירט אונטערן פרייען הימל, האט זיך קען פרעזיער, דער עקזעקיוטיוו פון די אפטייקעריי ריז ׳מעריק׳ אפגעזאגט פון זיין פאזיציע אלס ראטגעבער פאר׳ן פרעזידענט אין די ראמען פון די ״ביזנעס קאנסיל״ וואס נעמט אריין עטליכע אין צוואנציג פראמינענטע ביזנעס פירער אין אמעריקע און זייער ראלע איז צו דיסוקטירן און פארשלאגן סטראטעגיעס פאר׳ן פרעזידענט צו פארבעסערן די עקאנאמיע, און הויפטזעכליך ווען עס קומט צו פראדוקציע.
קען פרעזיער, וועלכער איז פון די איינציגע אפריקאנער-אמעריקאנער צו זיין פון די שפיץ עזעקיוטיוון אין אמעריקע וועלכע ציילן זיך צווישן די ׳פארבס 500׳ ליסטע, האט אנגעגעבן די אורזאך פון זיין רעזיגנאציע די אומווילן פונעם פרעזידענט צו קלאר און דייטליך פארדאמען ראסיזם און פיינטשאפט. דער פרעזידענט האט אין רעאקציע געעפנט א טוויטער אטאקע קעגן פרעזיער און אים באשולדיגט אין אמעריקע׳ס הויכע דראג פרייזן, א רעאקציע וואס האט געהאט א פארקערטער עפעקט און געהעכערט די דרוק אויפ׳ן פרעזידענט צו עווענטועל קלאר ארויסקומען און פארדאמען די נעא-נאציס.
נעכטן, אין ליכט פון דעם פרעזידענט׳ס האנדלונג פון די סיטואציע, און הויפטזעכליך וויאזוי ער האט רעאגירט צו די רעזיגנאציע פון פרעזיער, האבן נאך צוויי ביזנעס פירער געמאלדן אז זיי טרעטן אפ פונעם קאנסיל, דער ערשטער איז קעווין פלענק, דער עקזעקיוטיוו פון ״אנדער ארמאר״ א מאסיווע ספארט׳ס נעץ. און דאן האט נאכגעפאלגט אין זיינע פוסטרירט דער עקזעקיוטיוו פון די ״אינטעל״ קאמפיוטער פירמע ברייען קארזאניך וועלכער האט אין זיין געשריבענע סטעיטמענטס געזאגט אז דער פרעזידענטס היציגע רעטאריק שאפט א גיפטיגע קלימאט וועלכע וועט עווענטועל ברענגן שאדן צו די עקאנאמיע.
דער פרעזידענט האט פארשטייט זיך רעאגירט מיט׳ן זאגן אז ער שרעקט זיך נישט און אז ״פאר יעדער איינער וואס טרעט אראפ איז דא גענוג ווער עס זוכט זיי צו ערזעצן״ די לעצטע כוואליע פון רעזיגנאציעס איז שוין דאס צווייטע מאל, די פאריגע מאל וואס עטליכע ביזנעס פירער האבן זיך אפגעזאגט איז געווען נאכדעם וואס דער פרעזידענט איז ארויסגעטרעטן פונעם פאריזער קלימאט אפמאך.

הוסף רשומת תגובה