נארוועגיע – אין אייראפע בושעווען ווינטן פון אנטי-אימיגראנטן און איסלאמפאביע, און א ספעציפישע מאדנע פאל פון איסלאמפאביע האט מען געזען אין נארוועגיע מיט צוויי טעג צוריק, ווען א גרופע פון טויזנטער אנטי-מוסולמענער האבן אנגעהויבן פארפירן און בונטעווען נאכדעם וואס זיי האבן געזען א בילד וועלכע האט אויסגעזען ווי עטליכע מוסולמענער פרויען פילן אן עטליכע שורות פון א פובליק באס, באדעקט מיט'ן טראדיציאנעלן רעליגיעזן "בורקא" צודעק. די נארוועגישע גרופע רופט זיך "פאטערלאנד ערשט" און זיי פארמאגן פערצן טויזנט נאכפאלגער און א ספעציעלן וועבסייט וואו נאכפאלגער קענען ארויפשטעלן ארטיקלען, בילדער און קאמענטארן, און עמיצער האט ארויפגעשטעלט דעם דערמאנטן בילד פונעם "באס אנגעפילט מיט מוסולמענער באקליידעט אין בורקאס", און באלד האבן אנגעהויבן שטראמען קאמענטארן אז ס'איז שרעקעדיג ביז גאר, ווייל די אלע פרויען קענען דאך האבן באמבעס באהאלטן אונטער די בורקאס, און דעריבער מוז מען פארבאטן צו גיין מיט די קליידונג. ארויסגעשטעלט האט זיך אבער אז די וויסטע שנאה פון די גרופע מיטגלידער האט זיי פארבלענדעט די אויגן, ווייל דאס בילד איז בכלל נישט געווען פון קיין מוסולמענער אין בורקאס, נאר פשוט'ע ליידיגע זיצן אויפן באס, באדעקט מיט שווארצע סחורה...

בילד: ווען שנאה פארבלענדעט די אויגן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל