אייראפע – אוויאציע אינדוסטריע אנאליסטן זאגן, אז ווי ס'זעט אויס, זענען לופטליניעס בכלל נישט פאראינטערעסירט אין האבן גרויסע "סופער דזשאמבאו" פליגערס וועלכע פארמאגן צוויי שטאקן, נאר ווילן ענדערש קלענערע פליגערס, וועלכע זענען ביליגער צו קויפן און גרינגער צו האלטן אין א גוטן צושטאנד. די אנאליסטן באזירן זייער סך הכל אויפ'ן צושטאנד אין וועלכע די אייראפעאישע אוויאציע פירמע "עירבאס" טרעפט זיך יעצט מיט אירע ריזיגע "עי-380" פליגערס. ס'איז יעצט געווארן בערך צען יאר פון ווען די "סינגאפור עירליינס" לופטליניע האט דורכגעפירט א רייזע מיט אן עי-380 פליגער, זייענדיג די סאמע ערשטע רייזע, און אצינד האט עירבאס געמאלדן אז זיי וועט דראסטיש שניידן די פראדוקציע פון די ריזיגע סארט פליגערס. עירבאס האט שוין אין לויף פון די צען יאר גענומען באשטעלונגען אויף 317 פון די עי-380 פליגערס און האט שוין אפגעשיקט 213 דערפון, זי האט שוין אבער פאר צוויי יאר נישט באקומען קיין איין איינציגע נייע באשטעלונג פאר אן עי-380. פאראיאר האט עירבאס געזאגט אז זי וועט שניידן די פראדוקציע פון עי-380 פליגערס אויף בלויז 12 א יאר, האט זי די וואך געמאלדן אז זי וועט נאך פון דעם אויך שניידן און וועט למעשה נאר פראדוצירן 8 שטיק א יאר.

בילד: עירבאס עי-380, א טאטאלער דורכפאל?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל