די פרייז פון ציגרעטן אין ניו יארק סיטי וועלן נאך מער ארויפגיין נאכדעם וואס די סיטי קאונסיל האט נעכטן באשטעטיגט א רייע פרישע באגרעניצונגען אויף ציגארעטן פארקויף אין ניו יארק. דער מעיאר האט פארגעשטעלט די פרישע רעגולאציעס און זאגט אז עס וועט שניידן די צאל רויכערער מיט נאך 120,000 מענטשן ביז 2020, די מינימום פרייז פאר א שאכטל ציגארעטליך וועט ארויפגיין פון $10.50 צו $13. אזוי אויך וועט ארויפגעלייגט ווערן א 10% שטייער אויף אנדערע טאבאקא פראדוקטן. אזוי אויך וועט פארבאטן ווערן צו פארקויפן ציגארעטליך אין פארמאסיס, א זאך וואס וועט שווערער מאכן צו טרעפן א שאכטל ציגארעטליך וויבאלד דאס וועט שניידן צו האלב די צאל געשעפטן ווי מען קען באקומען ציגארעטליך.

בילד: סיטי קאונסיל לייגט פרישע באגרעניצונגען אויף ציגארעטליך

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל