נייע רעגולאציעס פון די ניו יארק העלט דעפארטמענט וועט פארגרינגערן פאר פראדוצירער פון מעדיצינישע מאריחואנא צו באקומען וואס זיי ברויכן אין פארשידענע פארמען, די פראדוצירער וועלן אצינד עס קענען פארקויפן אין שמירעכץ, טאבלעטן, און פעטשעס. ביז יעצט האט מען עס געמעגט פראדוצירן בלויז אין פארעם פון פילן און אויל. אזוי אויך אכט עס פילפאכיג גרינגער פאר די וועלכע ברויכן עס צו האבן צוטריט דערצו. די שריט איז שטארק באגריסט געווארן דורך פילע פאציענטן וועלכע דארפן עס האבן קריטישע וויכטיג צו לינדערן זייערע שמערצן אויף א נאטורליכע וועג. אין ניו יארק זענען דא 26,000 פאציענטן וועלכע באקומען מאריחואנא טריטמענט.

בילד: נייע רעגולאציעס וועלן גרינגער מאכן צו באקומען מאריחואנע פאר מעדיצינישע געברויך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל