וואשינגטאן – עטליכע גרויסע אמעריקאנער טעכנאלאגיע פירמעס האבן שטילערהייט קאמפיינט און געארבעט מיט לאביאיסטן צו לייגן דרוק אויף דער פעדעראלער רעגירונג אפצושוואכן די סאנקציעס קעגן רוסלאנד. די אויפדעקונג איז געמאכט געווארן דורך די "רויטערס" נייעס אגענטור אין א לענגערן ארטיקל וואס זיי האבן נעכטן פובליצירט, וואו זיי באריכטן אז בשעת די אבאמא אדמיניסטראציע האט אין דעצעמבער צוזאמגעשטעלט א פלאן ארויפצושטעלן שווערע סאנקציעס אויף דער רוסישער "עף-עס-בי" שפיאנאזש אגענטור, האבן די אמעריקאנער טעכנאלאגיע פירמעס, ווי "עפל" און אנדערע, געשיקט שלוחים צו דער טרעזשורי דעפארטמענט זיך בעטן, אז די סאנקציעס קעגן דער שפיאנאזש אגענטור זאלן נישט זיין צו עקסטרעם, וויבאלד אונטער רוסישע רעגירונג רעגולאציעס, דארף די עף-עס-בי באשטעטיגן אלע טעכנאלאגיע אימפארטן וואס קומען אריין פון אנדערע לענדער קיין רוסלאנד, און אויב וואלטן ארויפגעשטעלט געווארן גאר שווערע סאנקציעס, וואלט עס געשאדט פאר אמעריקאנער טעכנאלאגיע פירמעס, וועלכע פארדינען מיליאנען דאלארן יערליך פון עקספארטירן פראדוקטן קיין רוסלאנד. דער לאביאינג קאמפיין פון די טעכנאלאגיע פירמעס האט געווירקט, און היי יאר פעברואר האט די טרעזשורי געמאלדן אז די סאנקציעס קעגן די עף-עס-בי האט אן אויסנאם ווען עס קומט צו טעכנאלאגיע עקספארטן.

בילד: טעכנאלאגיע פירמעס זיך געמישט אין סאנקציעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל