ווענקאווער – ניין, קענאק איז נישט קיין נאמען פון א געוויסע סארט ראב-פויגל, נאר איז דער נאמען פון איין אינדיווידועלן ראב-פויגל וועמען די איינוואוינער אין ווענקאווער, קאנאדע האבן אזוי א נאמען געגעבן. ווענקאווער ליידט זיך שוין אן פון קענאק כמעט צוויי יאר, אבער מיט עטליכע טעג צוריק איז דער פויגל געווען פריש אין די העדליינס, וויבאלד די קאנאדישע פאסט אפיס באאמטע האבן סוספענדירט צו ליפערן פאסט אין איין ספעציפישן געגנט אין ווענקאווער צוליב קענאק'ס אנוועזנהייט דארטן. קענאק איז איבערגעפאלן א פאסט אפיס איינגעשטעלטן וועלכער האט געהאלטן אינמיטן אריינשטעלן פאסט אין די קעסטלעך, און דער ארבעטער האט געליטן שווערע וואונדן, ברענגענדיג די פאסט אפיס באאמטע מורא צו האבן פאר דער זיכערהייט פון זייערע איינגעשטעלטע אין יענער געגנט. אבער קענאק'ס טעראר אויף ווענקאווער איז נישט קיין נייע זאך, נאר אין מאי יאר 16' האט ער שיער רואינירט א קרימינאלע סצענע, ווען ער איז געקומען צו פליען, אויפגעהויבן דעם וואפן מיט וועלכע דער קרימינאלער אקט איז דורכגעפירט געווארן, און אנגעהויבן אוועקפליען דערמיט. ס'האט דעמאלט געדויערט עטליכע שעה פאר די פאליציי אים צו טרעפן און כאפן דעם וואפן. ראב פויגלען בכלל זענען א גרויסע פראבלעם אין ווענקאווער און אין גאנץ קאנאדע, ווייל זיי זענען זייער אגרעסיוו און אטאקירן מענטשן. עס עקזיסטירט אפילו א מאפע וואס רופט זיך "קראו טרעקס", ספעציעל פאר קאנאדישע בירגער, וואו מענטשן קענען אריינשטעלן וואו זיי האבן געזען גרויסע מאסן פון די ראב פויגלען, אז מענטשן זאלן זיך וויסן צו היטן.

בילד: קענאק, דער קאנאדישער ראב-פויגל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל