ביי 12:06am לאָקאַלע צייט מיטוואך, האָט פּרעזידענט טראָמפּ געטוויטעד אַ מאָדנע זאַץ פראַגמענט.

"כאָטש די כסדר'דיגע נעגאַטיווע פּרעסע קאָוופעפע\covfefe", לייענט זיך דער טוויט. סוף פסוק!

אונטער זעקס שעה, איז עס שוין געווערן ריטוויטעד מער ווי 127,000 מאל און "געלייקט" מער ווי 162,000 מאל - מאכענדיג עס איינע פון זיין מערסט-פּאַפּולערע טוויץ אין מאָנאַטן. ביי די זעקסטע שעה' איז עס געוואָרן אַ מאַסיווע אינטערנעט לצנות.

בערך 5:48am EDT, איז די טוויט געוואָרן אויסגעמעקט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל