אַ שטאַרק קאַר-באָמבע האט געשלאָגן די דיפּלאָמאַטישע געגנט פון די אַפגאַניסטאַן הויפּטשטאָט קאַבול, מאָרדענדיג כאָטש 90 מענטשן און פאַרוואונדענדיג 350.

עס האָט געשלאגן נעבן זאַנבאַק סקווער אין די שווער-באַפעסטיקטע זאָנע, מיט מערסטענס קרבנות זייענדיג ציווילע.

דער אינדעפרי ראָש-אַוער בלעסט האָט געשאַפן אַ מאַסיווע קראַטער (לאָך) און אויסגעשאָסן פענסטער און טירן הונדערטער מעטער אַוועק.

די טאַליבאַן האָבן געלייקנט צו האָבן אויסגעפירט די אַטאַקע. עס איז דערוויל נאָכנישט געהערט געוואָרן פון די אייסיס גרופּע.

ביידע גרופּעס זענען שוין געשטאַנען אונטער לעציגע אַטאַקעס אין לאַנד.

ווען און ווי איז געווען די אַטאַקע?

די באָמבע האָט אויפגעריסן בערך 8:25 לאָקאַלע צייט (3:55 GMT) במשך ראָש-אַוער ביי די דיפּלאָמאַטישע קוואַרטל.

בילד: קאבול מאפע

בילד: די אויפרייס איז געווען נאָענט צו די דייטשע אַמבאַסאַדע, וואָס האָט געליטן שווערע שאָדן

פּראָפעזאָרישע אַמבולאַנסן האָבן אַוועקגעטראָגן פאַרוואונדעטע פון די סצענע, ווילאַנג פראַנטישע קרובים האָבן זיך איינגעזאַמלט סיי אין די געגענט פון די אויפרייס און שפּעטער אין שפּיטעלער, צו פּרובירן צו געפינען זייערע נאָנטע.

בילד: פּראָפעזאָרישע אַמבולאַנסן טראָגן אַוועק מענטשן פון די סצענע

בילדער האָבן געוויזן צענדליגע פאַרשוואַרצטע און פאַרברענטע קאַרס. מער ווי 50 קאַרן זענען חרוב געוואָרן.

באַסיר מודזשאַהיד (Basir Mujahid), אַ וואָרטזאָגער פאַר די קאַבול פּאָליציי, האָט דערציילט פאר רויטערס נייעס אַגענטור אַז די עקספּלאָושען האָט פּאַסירט נאָענט צו די דייטשע אַמבאַסאַדע, אָבער ער האָט צוגעגעבן אז עס איז געווען "שווער צו זאָגן וואָס די פּינטלעך ציל איז".

עס זענען פאַרהאַן מערערע אַנדערע וויכטיגע בנינים אין די געגנט, אריינגערעכנט די פּרעזידענטליכע פּאַלאַץ און אַ עטליכע אַמבאַסאַדעס, אריינגערעכענט די בריטישע.

געוויסע האָבן געוויסט צו זאָגן אַז די באָמבע איז געווען אין אַ לאָרי טראָק אָדער וואַסער טאַנקער. אַ געוויסע מערב דיפּלאָמאַטישע מקור האָט דערציילט פאַר די AFP אַגענטור אַז עס איז געווען אָנגעפּאַקט מיט מער ווי 1,500 קילאָגראַם (איבער 3,300 פונט) פון אויספרייס מאַטעריאַל.

בי.בי.סי. דערציילט אז עס ווערן שוין געפרעגט דאָרט וויאַזוי די טראָק האָט געקענט אַריינגעדרונגען אין אַזאַ שווער-באַפעסטיקטע געגנט, מיט איר 3-מיטער (10 פיס) הויכע געפּאַנצערטע ווענט, אויסצופירן די טויטליכסטע אַטאַקע אין דער הויפּטשטאָט אין יאָרן.

ווער זענען געווען די קרבנות?


פון די ערשטע באַריכטן האָט אויסגעזעהן אַז ציווילע האָבן געהאַט די מערסטע קרבנות, רח"ל.

די אינערן מינעסטאָריום האט גערופֿן אויף מענטשן צו שענקען בלוט, זאָגנדיג אַז עס "פילט שטאַרק אויס".

איין לאָקאַלע געשעפט-אייגענטומער, סייעד ראַמאַן, האָט דערציילט פאַר רויטערס אַז זיין קראָם איז געוואָרן שטאַרק געשעדיגט, צולייגענדיג: "איך האָב נאָך קיינמאָל נישט געזען אַזאַ שרעקלעך אויפרייס אין מיין לעבן".

אן אנדער איינוואוינער, אַבדול וואַהיד, דערציילט אַז די אויפרייס "איז געווען אַזוי ווי אַ שווערע ערדציטערניש".

עטליכע אינטערנאַציאָנאַלע און לאָקאַלע קוועלער האָבן באַריכטעט:

  • מוכאַמאַד נאַזיר, וואס אַרבעט ווי אַ שאָפער פאַר בי.בי.סי.-אַפגאַניסטאַן פאַר מער ווי פיר יאָר, איז געשטאָרבן אין די אויפרייס, האָט די אַגענטור באַשטעטיגט, צולייגענדיג אַז פיר פון זיינע חברים זענען פאַרוואונדעט געוואָרן. זייערע וואונדען ווערן נישט באַטראַכט צו זיין לעבנסליכע.
  • דייטשע אויסערן מיניסטער סיגמאַר גאַבריעל האָט דערציילט אַז אַרבייטער ביי די דייטשע אַמבאַסאַדע זענען פאַרוואונדעט געוואָרן און איין אַפגאַניסטאַנער זיכערהייט היטער איז געשטאָרבן.
  • פראנצויזישע באַאַמטע האָבן געזאָגט אַז די לאַנד'ס אַמבאַסאַדע איז געוואָרן געשעדיגט אָבער קיין שום פראנצויזישע פאַרוואונדעטע איז געמאלדן געוואָרן.
  • די בריטישע אַמבאַסאַדע זאָגט אַז אַלע זיינע ארבייטער זענען באַשטעטיגט און אומגעשעדיגט.
  • צוויי יאַפּאַנעזישע אַמבאַסאַדע אַרבייטער זענען געוואָרן אַ ביסל פאַרוואונדעט.
  • טערקיי האָט ערקלערט אַז איר אַמבאַסאַדע איז געוואָרן געשעדיגט אָבער קיין פאַרוואונדעטע.
  • אַפגאַניסטאַן'ס טאָלאָ נייעס אַגענטור האָט געטוויטעד אַז איינער פון אירע סטעף מיטגלידער, אַזיז נאַווין, איז געשטארבן.
  • א טאָלאָ זשורנאַליסט האָט אויך געזאָגט אַס עטליכע פון די וויקטימס זענען פון די ראָשאַן מאוביל טעלעפאָן פירמע, אָבער דאָס איז נאָכנישט באשטעטיקט געוואָרן.

ווידעאָס






קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל