איך וועל פרובירן אראפצוגעבן אן אביעקטיווע כראנאלאגיע איבער דעם גאנצן ״דער בלאט״ סומטאכע וואס שפילט זיך אויס די טעג אין אונזערע לאגערן. כ׳בעט אבער בכל לשון של בקשה ס׳זאל פון דעם גרופ נישט ארויסגיין. לאמיר נישט פארגעסן די זאליס האבן אונז אייניג פיינט אפגעזען פון די תוצאות וואס וועט זיך דא אויסקאכן, אלזא איז איבריג צו זאגן אז מיטן ארומשיקן און עס זאל אנקומען צו אומגעוואונטשענע הענט שיסט מען זיך אליינס אין די פוס.


אנגעהויבן האט זיך עס דאנערשטאג צופרי ווען עס איז אויף וואטסעפ אנגעקומען דער פראנט פעידזש פונעם בלאט. אלע פון אונז זענען געווען זיכער אז דאס איז א פאלטשער בלאט פאבריצירט דורך אפאר ליצים (פרענק). עס האט אבער נישט לאנג גענומען און א פייער האט אנגעהויבן ברענען. כ׳קען זאגן כ׳דענק נישט פריער אמאל די זאליס זאלן האבן אזא פרייליכן דאנערשטאג, נאך די פרייליכע וואך וואס זיי האבן געהאט בכלליות.

אינפארמירט דעם רבין איבער דעם בלאט האט מתתי׳ דייטש. און כדרכו האט ער נישט אפגעשוינט קיין שמוץ ווערטער אויף די מנהלי הבלאט אז זיי האבן עס געטון בדווקא צו מצער זיין דעם רבין, און די סארט נאן סענס.

אויך איז צו געקומען דער פאקט אז ווען מ׳האט זיך אנגעהויבן פאראינטערעסירן וואס איז טאקע פשט פונעם בלאט קאווער האבן די ארויסגעבער נישט געהאט קיין נארמאלע תירוץ וואס דאס האט געדארפט מיינען, און וואס זיי האבן געוואלט עקאמפלישאן.

עס האט יעדער ביי אונז פארשטאנען אז די פרשה גייט נישט און קען נישט בשתיקה אדורכגיין. מיר זענען געווארן ללעג ולקלס פאר די גאנצע וועלט. מיר האבן געטראגן א פנים פון אומערצויגענע חיות אן א שום גאנג. פאריגע וואך איז געווען א קהל׳ס צעטיל
 *אין אנו משתתפים*
צוליב כבוד הרבנים און א קנאפע וואך שפעטער האלט עס שוין ביים שיקן בריוו פאר די אלע ראשי ישיבות.


צוריק צום רבין. דער רבי איז געווען אויס מענטש פון דעם קאווער. עס האבן נישט געפעלט קיין הולכי רכיל וואס זאלן אויסנוצן די מינוטן צו העצן דעם רבין אויף שמואל ווידער און אלימלך דייטש. מ׳האט ארויסגענומען פון קלאזעט אלע אלטע טאלקינג פוינטס וואס משה גבאי און אליעזר קעסטנבוים האבן נאך גענוצט ביים ברך משה אים צו אנדרייען קעגן רבין און אונזערע ראשי קהילה בשעתו. דער רבי איז געווען געפערליך צעשאקעלט און זיך ניטאמאל געקענט צוזאמקלויבן צום דאווענען. למעשה איז חיים שלמה פישער אנגעקומען און מ׳האט אפגעשמועסט אז קהל גייט ארויסגעבן א צעטיל צו פארדאמען דעם בלאט און ארויסשרייבן אז דער בלאט איז א פריוואטע ביזנעס וואס האט מיט קהל גארנישט און אונזער שיטה איז בהחלט אנטקעגן סיי וועלכע סארט מעשי פראות. אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט זיך די פרשה דא געדארפט ענדיגן, העכסטענס מיט א התנצלות פון שמואל און אלימלך (וואס איז סייווי געקומען פרייטאג), און קעיס קלאוזד.





למעשה איז אונזער קאמפאני ליידער ביטער געשלאגן מיט עטליכע בריונים און טראבל מעיקערס וואס וועלן אייביג זוכן צו אנדרייען חורבנות אפילו ווען ס׳איז נישט דא פארוואס, כש״כ ווען עס איז דא אויף וואס זיך צו אנכאפן. (כ׳האב מיך פארגענומען נישט צו שרייבן קיין נעמען, חוץ פון די הויפט שפילערס כמובן. אבער יעדער קען לכאורה מיט איין טעלעפאן קאל געוואויר ווערן ווער די חברה זענען.)

עס איז געווארן א מצב אז פון איין זייט האבן זיך געשטעלט חברה וואס האבן נאר געוואלט בלוט,  מזאל זיך אין שמואל און אין אלימלך נוקם זיין, כ׳גיי נישט יעצט אריין אין די רשעות וואס ליגט אונטער די חברה, עס איז אבער קיין ספק אז קיינער פון זיי קומען נישט צו לקרסולי רגלם פון שמואל און אלימלך, צוויי אידן וועם מיר האבן צו פארדאנקען אונזער עקזיסטענץ עד היום הזה. אבער די חברה האבן גע׳טענה׳ט און אויך אנגעדרייט דעם רבין אז יעצט איז די צייט פטור צו ווערן פון שמואל, רייטנדיג אויפן רבינס׳ס שוואכקייט פון פרשת יצחק רז״ב מקום קבורה, ואכמ״ל.

לעומת זה האבן זיך געיאוועט א גרופע רשעים ארום שמואל און אים אנגעדרייט אז ער מוז יעצט פייטן פאר זיין לעבן, און געריטן אויף זיינע פערזענליכע שוואכקייטן (וד״ל) אז ער זאל זיך נישט לאזן יעצט באגראבן פון דורשי ומבקשי דמו ורעתו.

געבליבן ביים רבין נאך א קורצע באראטונג אין ישיבה איז, אז מ׳וועט ארויסגעבן א בריוו אונטערגעשריבן דורך די ראשי קהילה צו פארדאמען דעם בלאט. דער צעטיל איז עפעס אזוי פראוויזאריש אויפגעהאנגען געווארן אין בית המדרש אויף הופפער (בעיקר פארן וואטסעפ בילד וואס איז דא געווען אויפן גרופ...), און אין קרית יואל איז עס בכלל נישט געהאנגען געווארן.(טעות נומער איינס פון די שמואל ווידער חברה. זיי וואלטן געדארפט פייטן אז דער צעטיל זאל יא זיין אומעטום אויפגעהאנגען און אזוי ארום מעביר זיין דעם חרון אף.) ביני לביני האט דער רבי געזאגט פאר עטליכע אידן אז ער שפירט נישט גוט און וויל צוליב דעם נישט אריינפארן אין וויליאמסבורג. עס איז ביי מיר קיין ספק אז דער בלאט פרשה האט נישט צוגעגעבן געזונט צום רבין.

דא איז אונטערגעקומען א פרישע אנטוויקלונג. ווי דערמאנט האט דאך שמואל ווידער אויך א קליקע רשעים ארום זיך, און די חברה האבן אנגעדרייט שמואל ביז די נאז, אזוי ווייט אז ויצא העגל הזה: עס איז ארויסגעקומען דער ביטערע דריי-זייטענדיגער פאשקעוויל אונטערן לעדערהעד פון בלאט, וואו מ׳האט שטארק מיאוס ארונטערגעריסן דעם רבין פארן זיך נישט צושטעלן צים בארקלעיס פראטעסט, און דאס ארומגעשיקט פאר די גאנצע וועלט פון וואס עס איז ארויסגעקומען א בזיון נאך אפשר גרעסער פונעם בלאט קאווער.



פארשטייט זיך אז מ׳האט צום ערשט חושד געווען די זאליס אין דאס ארויסגעבן, אבער מביני דבר האבן גלייך געוואוסט צו זאגן אז דאס איז געצילט אין פינטל און עס מוז זיין אן *אינסייד דזשאב*.  דערויף האט זיך דער פייער ווידער צופלאמט און ס׳האט ווייטער אנגעהויבן גיין הויעכע טענער. איז געבליבן (ביים מיטונג צווישן חש״פ מטעם רבינו און שש״ט מטעם מיילך) אז מיילך דייטש גייט ארויסגעבן אליינס א התנצלות און גלייכצייטיג אויך אראפרייסן דעם פאשקעוויל (א שטארקע טעות מצד חש״פ, ווייל דאס האט אנגענצינדן רויטע לעמפלעך ביי סתם מענטשן אז דער פאשקעוויל מיטן בלאט׳ס נאמען איז עפעס מער ווי א זאלי ווערק).

אזוי איז אריבער שבת, און אנשטאט צו בארואיגן די געמיטער האבן די העצערס פון ביידע זייטן געארבעט אויף אווערטיים. שמואל זעלבסט האט געפירט א קופקע אין שול און צוזאמגערעדט כל דבר אסור על השם ועל משיחו. מתתי׳ דייטש לעומת זה מיט זיינע קראוניס האבן געשאסן הייסע לאווע אז דער שמואל איז נאך די לעצטע נגע פון וועם מ׳ברויך פטור ווערן (נאך יצחק רז״ב, יודא רז״ב, נפתלי משה אינדיג וכו׳ וכו׳) און בלויז נאכדעם וועט די קאמפאני צוריקגעשטעלט ווערן אויף די פוס.

מוצ״ש איז צום רבין אנגעקומען די ידיעה מיט ערשט האנטיגע באווייז אז נישט קיין צווייטער ווי שמואל ווידער שטייט אונטער דעם פרייטאג׳דיגן פאשקעוויל. כ׳דארף אייך נישט זאגן דעם רבינס מצב נאכן הערן דעם ידיעה. אינדערצווישן איז מיילך געוואויר געווארן אז דער רבי ברענט איז ער אריבערגעקומען מדעת עצמו צום רבין. דער רבי האט אים געזאגט אז שמואל מוז גיין און דאס איז ענדגילטיג. טאמער נישט, וועט ער נישט קענען אפהאלטן די ראשי קהילה וואס זאגן א זיי זענען גרייט צו עפענען א נייעם צייטונג. מיילך האט אנגעהויבן זאגן אז מצידו איז ער גרייט צו שיקן שמואל און אויפנעמען א צווייטן במקומו, ער האלט אבער נישט ביים צאלן צוויי מענטשן וועידזשעס (ס׳איז דאך א דבר פשוט אז די ערשטע שטיק צייט מוז מען נאך צאלן פאר שמואל, ריגארדלעס). איז געבליבן אז דעם חלק מוז מען נאך אויסארבעטן.

זונטאג האט דער רבי גערופן די ראשי קהילה זאגן אז ס׳איז אויס מיטונג אויף ביינאכט ווייל מ׳ארבעט שוין אויף א תיקון. מאנטאג נאכט האט שמואל אפיציעל באקומען דעם שטויס ארויס פון בלאט, טראץ וואס זיינע חברה האבן געפייט אגאנצן טאג ביים רבין אז מ׳קען און מ׳טאר אים פון בלאט נישט ווארפן, העכסטענס שטעלן איינעם העכער אים. למעשה האט דער רבי באשלאסן מאנטאג אז ער וויל מער פון שמואל נישט הערן און שפעט ביינאכט זענען געזעצן מיילך מיט חש״פ און באשלאסן אז מ׳נעמט משה יואל ווייס פאר רעדאקטער און שמואל פליעט.

עד כאן וואס איך ווייס קראנט און וואס איך האב קאנפירמד אויף הונדערט פראצענט.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל