א ווידיא איז אפירגעקומען פון א פארמאכטע געשעעניש אין וועלכע דער פרעמיער מיניסטער פון אויסטראליע מאלקאלם טערנבאל טוט נאכמאכן פרעזידענט טראמפ׳ס שטייגער פון רעדן, און די פארזאמלטע קייכן פאר געלעכטער. די רעדע איז געזאגט געווארן ביי א פריוואטע באנקעט פאר א טשאריטי ארגאניזציע און דער פרעמיער מיניסטער האט געזאגט א הומאריסטישע רעדע אין וועלכע ער האט נאכגעמאכט די סטיל פונעם אמעריקאנער פרעזידענט ״מיר געווינען אין אלע פאולס, אין אלע עכטע פאולס, נישט אין די פאלשע פאולס, די פאלשע פאול׳ס זענען די וועלכע זענען נישט גוט פאר אונז, איך האב א רוסישער פריינט וועלכער העלפט מיר באקומען גוטע ציפערן אין די פאולס…״ זאגט ער צווישן אנדערע. 

דער ווארטזאגער פאר׳ן פרעמיער מיניסטער האט רעאגירט אז די רעדע איז געווען אין גוטמוטיגע שטייגער און דער פרעמיער האט נישט געמיינט צו אפלאכן פונעם אמעריקאנער פרעזידענט נאר צו ברענגען א שמייכל ביי די פארזאמלטע, דער אמעריקאנער אמבאסאדער אין אויסטראליע האט געזאגט אז דאס ווייסע הויז פארשטייט אז די רעדע איז געזאגט געווארן אין א גוטמוטיגע שטייגער און נעמט עס אן מיט א שמייכל און פארשטייט אז עס איז בלויז א ווערטל.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל