מישיגען – די כוואליע פון איסלאמיסטישער טעראר, וואס מען האט געזען אין די לעצטע פאר טעג אין אייראפע, ספעציפיש אין ענגלאנד און בעלגיע, האט נעכטן נאכאמאל באטראפן דעם אמעריקאנער באדן, ווען אן איסלאמישער טעראריסט האט דורכגעפירט א שטעכעריי אין מישיגען, פארוואונדענדיג איין פאליציי אפיציר — א זאך וואס עס פאסירט זעלטן אז טעראריסטן זאלן סוקסעספול דורכפירן אטאקעס אין אמעריקע זעלבסט.

די אטאקע האט פאסירט אינעם פלינט אינטערנאציאנאלן לופטפעלד אין פלינט, מישיגען, וואו דער טעראריסט איז איבערגעפאלן א פאליציי אפיציר מיט א מעסער און אים פארוואונדעט. אנדערע פאליציי אפיצירן האבן אין איילעניש רעאגירט, און באוויזן צו באפרייען דעם אפיציר און ארעסטירן דעם פארשוין אן קיין באזונדערן אינצידענט. דער אפיציר איז דאן אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, וואו ער איז אריבער אפעראציעס אין א סטאבילן צושטאנד.

עף-בי-איי באאמטע זענען שפעטער נאכמיטאג ארויסגעקומען מיט א ספעציעלן פרעסע קאנפערענץ, ביי וועלכע זיי האבן אידענטיפיצירט דעם טעראריסט אלס א קאנאדישער בירגער ביים נאמען אומאר פאטאווי, און האבן באשטעטיגט אז ער האט געשריגן "אללא אכבאר", אמעריקע איז שולדיג פאר טויזנטער מוסולמענער מארדן אין איראק און סיריע, און אז צוליב דעם האט ער דורכגעפירט די אטאקע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל